אײַנדרוקן פֿונעם „קולטורפֿעסט‟

Impressions of Kulturfest


פֿון דזשאָרדין קוציק

Published June 21, 2015, issue of July 10, 2015.

„ס׳איז זיי טאַקע געלונגען‟

ווי איך האָב געשריבן מיט כּמעט אַ חודש צוריק אין „פֿאָרווערטס‟, איז דער „קולטורפֿעסט‟ דער סאַמע־גרעסטער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער קולטור וואָס מע האָט אַ מאָל געמאַכט, מסתּמא זינט דעם וועלט־צוזאַמענפֿאָר פֿון ייִדישיסטישע אָרגאַניזאַציעס אין פּאַריז אין 1937. אַזאַ אַמביציעזע פּראָגראַם האָט אַרויסגערופֿן גרויסע ספֿקות בײַ געוויסע מענטשן, מיט וועמען איך האָב גערעדט במשך פֿון חדשים פֿאַרן פֿעסטיוואַל. נאָך מײַן שמועס מיט זלמן מלאָטעקן און אַנדערע מענטשן פֿון דער „פֿאָלקסבינע‟ וועגן דעם פֿעסטיוואַל האָט אַ באַקאַנטער טוער אין דער ייִדיש־וועלט מיך געפֿרעגט צי איך האַלט, אַז די „פֿאָלקסבינע‟ וועט מסוגל זײַן דורכצופֿירן דעם פֿעסטיוואַל ווי געהעריק, און צי גענוג מענטשן וועלן קומען אויף די פֿאָרשטעלונגען. מיט אַ פּאָר וואָכן שפּעטער, נאָכן פּרעכטיקן דערעפֿענונגס־קאָנצערט אין „בראָקפֿילד־פּלייס‟, אויף וועלכן עס זענען געקומען מער ווי 1,500 מענטשן, איז ער צוגעקומען צו מיר און געזאָגט: „נו, ס׳איז זיי טאַקע געלונגען‟. דער פֿעסטיוואַל איז מער ווי סתּם „געלונגען‟, ער איז געווען אַ ריזיקער דערפֿאָלג, וואָס האָט דערהויבן דעם שם סײַ פֿונעם טעאַטער ווי אַן אָרגאַניזאַציע, און סײַ פֿון דער ייִדישער קולטור אין ניו־יאָרק.

אמת, ווי אַ רעפּאָרטער מיט אַ נאָענטן צוטריט צו די אָרגאַניזאַטאָרן און געוויסע געשעענישן הינטער די קוליסן, איז מיר אויסגעקומען צו הערן וועגן פֿאַרשידענע אומגעריכטע שוועריקייטן, וואָס זענען פֿאָרגעקומען במשך פֿונעם פֿעסטיוואַל, וואָס זענען ניט באַקאַנט דעם ברייטערן עולם. געוויסע זאַכן זענען פֿאָרגעקומען סתּם צוליב דעם שלימזל, די אַנדערע — צוליב דעם, וואָס די „פֿאָלקסבינע‟ האָט פֿאַרזען געוויסע פּרטים. די פּראָבלעמען, אָבער, זענען באמת אַ קלייניקייט, אַ שפּײַ אין ים, אין פֿאַרגלײַך מיטן דערפֿאָלג פֿונעם פֿעסטיוואַל, בפֿרט אַז די פֿאַרשידענע שוועריקייטן האָבן אין גאַנצן ניט געשטערט די מענטשן וואָס זענען געקומען אויפֿן פֿעסטיוואַל.

„די כּלה איז טאַקע צו שיין‟

במשך פֿונעם „קולטורפֿעסט‟ האָט מען געקענט בײַ יעדן איינעם, אַפֿילו בײַ געוויסע „פֿאָלקסבינע‟־לײַט, הערן די זעלביקע „טענה‟: „ס׳איז פּשוט צו פֿיל וואָס צו זען‟! איך בין שוין געגאַנגען אויף אַ סך פֿעסטיוואַלן, און איך האָב אָפֿט געדאַרפֿט פֿאַרפֿעלן אַ פּאָר זאַכן צוליב דעם, וואָס צוויי אינטערעסאַנטע פּראָגראַמען קומען פֿאָר מיט אַ מאָל. אַזאַ איבערלעבעניש האָב איך, אָבער, קיינמאָל פֿריִער ניט געהאַט אויף אַ ייִדישן פֿעסטיוואַל; און בכלל איז דאָס געווען דאָס ערשטע מאָל, וואָס איך האָב ממש ניט געקענט באַשליסן צווישן פֿיר פֿאַרשידענע פּראָגראַמען, וואָס קומען פֿאָר אין דער זעלביקער צײַט. ווען מע נעמט אין באַטראַכט, אַז זייער אַ סך אַקטיוועטעטן זענען פֿאָרגעקומען במשך פֿונעם אַרבעטס־טאָג, און אַז בײַ נאַכט האָט מען אָפֿט געהאַט פֿינף, זעקס און אַפֿילו זיבן פֿאַרשידענע פֿאָרשטעלונגען כּמעט מיט אַ מאָל, האָט קיינער ניט געקענט זען אַלץ, וואָס ער האָט געוואָלט.

דאָס איז חלילה, ניט, קיין קריטיק, נאָר אַ דערמאָנונג וויפֿל טאַלאַנטירטע אַרטיסטן, זינגער און טרופּעס די „פֿאָלקסבינע‟ איז מצליח אַהערצוברענגען אין דער זעלביקער צײַט. ווען אַ העלפֿט פֿון די פּראָגראַמען וואָלטן באמת ניט געטויגט, וואָלט מען זיך ניט געפֿילט אַזוי געפּרעסט.

ווי איינער אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש האָט מיך געזאָגט: „דאָס מאָל איז די כּלה טאַקע צו שיין‟.

חסידים מיט ייִדישיסטן: אַ היסטאָרישער קאָנצערט

עס איז אַלעמען אין דער ייִדיש־וועלט קלאָר, אַז דער פֿעסטיוואַל איז געווען אַ היסטאָרישע דערשײַנונג, וואָס מע וועט לאַנג געדענקען. צי דער פֿעסטיוואַל וועט אָבער האָבן אַ לאַנגדויערנדיקע השפּעה אויפֿן ייִדישן ייִשובֿ אין ניו־יאָרק, וואָס שייך איר באַציִונג צו ייִדיש; אָדער צי עס וועט אויפֿהייבן דעם פּרעסטיזש פֿון דער שפּראַך קען מען נאָך ניט פֿאָרויסזאָגן. ס׳איז אָבער יאָ קלאָר, אַז דער פֿעסטיוואַל האָט געבראַכט ייִדיש צו אַ ריזיקן עולם פֿון צענדליקער טויזנטער מענטשן, וואָס קומען, געוויינטלעך, ניט אין באַריר מיט דער ייִדישער קולטור אין זייער טאָג־טעגלעכן לעבן.

פֿון אַ געזעלשאַפֿטלעכן שטאַנדפּונקט איז די סאַמע וויכטיקסטע פּראָגראַם אָן שום ספֿק געווען דער קאָנצערט „ייִדישע נשמה‟, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין „צענטראַל־פּאַרק‟. במשך פֿונעם פּרעכטיקן קאָנצערט, אין וועלכן עס זענען אויפֿגעטראָטן אַ ריי חסידישע פּאָפּ־שטערן און חזנים, אַרײַנגערעכנט ליפּאַ שמעלצער, אַבֿרהם פֿריד און יאַנקי לעמער, האָט מען געקענט בולט זען די צונויפֿשמעלצונג פֿון די ייִדישיסטישע און חסידישע וועלטן. זלמן מלאָטעק, דער זון פֿון אַ באַקאַנטן בונדישן טוער, האָט באַגלייט חסידישע מוזיקער בײַם זינגען לידער, וואָס זײַן מאַמע חנה מלאָטעק האָט אָנגעזאַמלט און פּאָפּולאַריזירט, ווי אויך אַזעלכע פֿאָלקסלידער, וואָס זענען טראַדיציאָנעל פֿאַרבונדן מיט לינקע באַוועגונגען אַזוי ווי „אַלע ברידער‟. אין דער זעלביקער צײַט האָבן די סעקולערע פֿאָרשטײַער פֿון דער קלעזמער־אויפֿלעבונג ווי פֿרענק לאָנדאָן און מײַקל ווינאָגראַד באַגלייט די חסידישע חזנים, בעת זיי האָבן געזונגען טראַדיציאָנעלע פֿרומע לידער.

אַזאַ צוזאַמענאַרבעט צווישן די חסידישע, ייִדישיסטישע און קלעזמער מוזיק־סצענעס איז ניט אין גאַנצן קיין נײַע דערשײַנונג; זי גייט אָן שוין אַ היפּש ביסל יאָר, בפֿרט בײַ אַזעלכע קלעזמאָרים ווי פֿרענק לאָנדאָן און הענקוס נעצקי, וואָס האָבן נאָענטע באַציִונגען מיט פֿאַרשידענע פֿרומע מוזיקער. מע האָט עס, אָבער, קיינמאָל פֿריִער ניט געזען אויף אַזאַ ריזיקן קאָנצערט מיט אַזוי פֿיל חסידישע שטערן אין דער זעלביקער צײַט.

שטעלט אײַך פֿאָר: ליפּאַ שמעלצער האָט גערעדט אויף דער בינע וועגן דער וויכטיקייט פֿון ייִדיש ווי אַ „קולטורעלע ירושה‟ און דערקלערט, אַז מע דאַרף זי צוריקברענגען אין די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע קהילות. ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען דעם פֿאַקט, אַז ס׳רובֿ מענטשן, וואָס זענען געקומען אויפֿן קאָנצערט, זענען געווען פֿון די ישיבֿישע און מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע קרײַזן („פֿײַוו־טאָונס‟, לייקוווּד און פֿלאַטבוש), וווּ מע האָט שוין לאַנג געהאַט אויפֿגעהערט צו רעדן ייִדיש און וווּ ס׳רובֿ יונגע־לײַט ווילן ניט האָבן צו טאָן מיט דער שפּראַך. ווי שמעלצער האָט אַליין דערמאָנט בעת אַן אַקאַדעמישן פּאַנעל בײַם „מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה‟, פֿאָרגעקומען אין די ראַמען פֿונעם פֿעסטיוואַל, האָט מען אים שוין יאָרן לאַנג געעצהט, ער זאָל זינגען וואָס ווייניקער אויף ייִדיש, ווײַל די „מאָדערנע‟ פֿרומע ייִדן ווילן עס ניט. ניט געקוקט אויף דעם, אָבער, האָב איך אַליין דערזען, ווי טויזנטער יונגע ייִדן פֿון די זעלביקע קרײַזן האָבן הנאה געהאַט אויפֿן קאָנצערט דווקא פֿון די ייִדישע לידער. אַפֿילו דער ראַדיאָ־שטערן נחום סיגעל, וואָס האָט געדינט ווי דער קאָנפֿעראַנסיע בשעתן קאָנצערט, האָט אויסגעדריקט ווי פֿאַרחידושט ער איז געווען צוליב דעם, וויפֿל יונגע ייִדן זענען געקומען אויף אַ קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער.

פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס וואָס העכער אַ טויזנט יונגע־לײַט זענען געקומען אויף אַ קאָנצערט וועט ניט בײַטן דעם מצבֿ פֿון ייִדיש אין זייערע קהילות, און ייִדיש וועט צוליב דעם ניט ווערן די רעד־שפּראַך אין די „פֿײַוו־טאָונס‟. אָבער עס קען גרינג געמאָלט זײַן, אַז אַזעלכע קאָנצערטן וועלן אינספּירירן געוויסע יונגע־לײַט זיך צו לערנען ייִדיש.

די מעלות פֿון דער צוזאַמענאַרבעט צווישן די חסידישע און קלעזמער־וועלטן זענען גאַנץ קלאָרע. פֿון איין זײַט, באַקומט די קלעזמער־וועלט גוואַלדיקע טאַלאַנטן, וואָס קענען אויך צוציִען אַ ריזיקן עולם. פֿון דער אַנדערער זײַט, באַקומען אַזעלכע שטערן, ווי ליפּאַ שמעלצער, אַ געלעגנהייט זיך אויסצולערנען אַ ברייטערן רעפּערטואַר און זיך צו באַקענען מיט די קלאַסישע ווערק פֿון דער ייִדישער מוזיק. די דאָזיקע צוזאַמענאַרבעט וועט אויך ברענגען די אוצרות פֿונעם ייִדישן וואָרט און ליד צו אַ ברייטערן ייִדיש־רעדנדיקן עולם בײַ די פֿרומע, און אויך באַקענען די ייִדישיסטן מיט די בעסטע ווערק פֿון דער הײַנטיקער חסידישער מוזיק. בקיצור: אַלע וועלן געניסן פֿון אַזאַ קאָלאַבאָראַציע.

ווי זלמן מלאָטעק האָט מיר דערקלערט, איז דער קאָנצערט נאָר דער ערשטער טראָט אין אַ קאַמפּאַניע צו ברענגען די „פֿאָלקסבינע‟ צו אַ ברייטערן חסידישן פּובליקום. ווי דערפֿאָלגרײַך דער דאָזיקער פּרוּוו וועט זײַן, קען קיינער ניט וויסן, אָבער דער קאָנצערט „ייִדישע נשמה‟ איז געווען אַ געראָטענער אָנהייב. עס פֿאַלט מיר אײַן, אַז די בעסטע פּראָספּעקטן פֿאַר אַ נײַעם יונגן עולם פֿאַר דער „פֿאָלקסבינע‟ זענען אפֿשר ניט די ייִדיש־רעדנדיקע חסידים, נאָר דווקא די ענגליש־רעדנדיקע פֿרומע ייִדן פֿון „פֿײַוו־טאָונס‟ און אַזעלכע געגנטן, וואָס זענען געקומען מאַסנווײַז אויפֿן קאָנצערט.

ווער עס זאָל ניט זײַן זייער פּובליקום אין 20 יאָר אַרום, איז עס קלאָר נאָכן „קולטורפֿעסט‟, אַז די „פֿאָלקסבינע‟ וועט שפּילן אַן אַלץ גרעסערע ראָלע אויף דער ייִדישער גאַס. לאָמיר האָפֿן, אַז מיר וועלן אַלע קענען געניסן פֿון נאָך אַזעלכע דערפֿאָלגרײַכע פֿעסטיוואַלן.