די שטאָט בערלין , ווי באַקאַנט, איז געוואָרן אין די לעצטע יאָרן אַ באַזונדערער צענטער פֿון די „ישׂראל-תּפֿוצות‟. הגם דער באַגריף „תּפֿוצות‟ ווערט בדרך-כּלל באַניצט אין דעם זינען פֿון די „ייִדישע תּפֿוצות‟, איז ער חל אויך אויף די ישׂראל־בירגער. די שטאָט בערלין ציט צו זיך די יונגע ישׂראלים, וואָס לײַדן פֿון די הויכע לעבנס-הוצאָות אין ישׂראל, אַנטקעגן די ביליקערע פּרײַזן און די מער פּראָגרעסיווע סאָציאַלע באַדינגונגען אין דײַטשלאַנד. דערצו, איז פֿאַראַן דער דײַטשישער אינטערעס צו באַנײַען, צו פֿאַרבעסערן און צו פֿאַרשטאַרקן די ייִדישע-דײַטשישע באַציִונגען צוליב קלאָרע היסטאָרישע סיבות.
אָבער אַן אַנדער צענטער פֿונעם ייִדישן לעבן אין דײַטשלאַנד געפֿינט זיך אין דער שטאָט מינכן. הגם די דאָרטיקע ייִדישע קהילה, בפֿרט דער ישׂראלדיקער טייל, איז אַ סך קלענער ווי אין בערלין, איז מינכן געוואָרן אַ מין צענטער פֿון דער ייִדישער פּאָליטיק אין דײַטשלאַנד. אָנהייב יוני, למשל, האָט זיך אויפֿגעעפֿנט אין מינכן „דער צענטער פֿאַר ישׂראל-שטודיעס‟ (das Zentrum für Israel-Studien). דער נײַער צענטער, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט דער „ישׂראל־אינסטיטוט‟ (Israel Institute) אין וואַשינגטאָן, וועט פֿאַרשטאַרקן די צענטראַלע ראָלע פֿון מינכן, וואָס שײך די אַלע אַספּעקטן פֿון דעם ייִדיש-דײַטשישן צוזאַמענלעבן.
כּדי זיך צו לערנען מער פּרטים וועגן די צילן און די פּלענער פֿונעם נײַעם צענטער, האָב איך געשמועסט מיט דעם קאָאָרדינאַטאָר פֿונעם צענטער, ד״ר דניאל מאַהלאַ. אַ פֿאָרשער פֿון דער געשיכטע פֿונעם רעליגיעזן ציוניזם, וועט ער פֿאַרנעמען די פּאָזיציע במשך פֿון די קומעדיקע פֿינף יאָר. ער וועט דאָרט לערנען צוויי קורסן, זײַן פֿאַראַנטוואָרטלעך איבער די אַדמיניסטראַטיווע ענינים, דאָס געלט-זאַמלען, און העלפֿן צו אָרגאַניזירן סעמינאַרן, קאָנפֿערענצן, לעקציעס וכדומה. דער פֿאָרזיצער פֿונעם נײַעם צענטער איז מיכאל ברענער, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון דער ייִדישער געשיכטע און קולטור בײַם אוניווערסיטעט פֿון מינכן.
פֿאַר וואָס האָט זיך געעפֿנט אַזאַ מין צענטער דווקא איצט און דווקא אין מינכן?
עס זענען דערצו דאָ אַ פּאָר סיבות. ווי דו ווייסט, אַנטוויקלט זיך שוין אַ פּאָר יאָר דער תּחום פֿון ישׂראל-שטודיעס אין אַמעריקע און אין בריטאַניע. די איניציאַטיוו איז געקומען פֿון מיכאל ברענער. מיר האָבן נישט קיין אָפּטייל פֿון ייִדישע שטודיעס; מיר האָבן שוין גיכער פֿאַרשידענע פֿאָרשער פֿון ייִדישע שטודיעס, וואָס זענען צעשפּרייט אין כּלערליי אַנדערע אָפּטיילן, און ברענער בתוכם. די צילן פֿונעם צענטער זענען, קודם-כּל, צו צענטראַליזירן די שוין פֿאַראַנענע טעטיקייטן בײַם אוניווערסיטעט לגבי דער ישׂראל-טעמע. והשנית, קומט עס פֿאָר צוליב דעם וועלן פֿאַרגרעסערן די טעטיקייטן, צוצוציִען צו אונדז וויסנשאַפֿטלער, צו שאַפֿן געלעגנהייטן פֿאַר אַקאַדעמישע אויסטוישן. מיר גיבן צו נאָך אַ שטעלע פֿאַר אַ גאַסט-פּראָפֿעסאָר אין איינעם מיט דער שוין עקזיסטירנדיקער שטעלע, וואָס מיר האָבן, אַ דאַנק דער „אָליאַנץ-פֿונדאַציע‟ (אַזעלכע נעמען ווי די פּראָפֿעסאָרן אַניטאַ שפּירא און שלמה בן-עמי זענען שוין געווען דאָ).
נאָך איין סיבה, פֿאַר וואָס דווקא מינכן, ניט בערלין, למשל? אַ הויכער פּראָצענט פֿון אונדזערע סטודענטן שטודירן, כּדי צו ווערן לערער אין די גימנאַזיעס, און די ישׂראל-טעמע גייט אַרײַן אין דער פּראָגראַם פֿונעם לערנען אין די גימנאַזיעס דורכן ישׂראל-פּאַלעסטינער סיכסוך. מיר מיינען, אַז ס’איז וויכטיק זיי אויסצושולן, זיי זאָלן קענען אַליין לערנען אָט די טעמע אויף אַ פּאַסיקן אופֿן.
וואָס הייסט, אַ פּאַסיקער אופֿן?
אויף אַן אופֿן, וואָס איז מער פּאַסיק פֿון דעם, וואָס זיי לערנען אין די שולן; און אויך, זיי זאָלן וויסן, אַז ישׂראל מיינט נישט נאָר דער סיכסוך. מיר זענען באַוווּסטזיניק בנוגע דער פֿאַסצינירטקייט פֿון מענטשן לגבי דעם שווערן סיכסוך, אָבער איך לערן די ישׂראל-געשיכטע בעיקר, כּדי צו ווײַזן אויך, אַז ס’זענען דאָ פֿאַרשידענע אַספּעקטן וועגן ישׂראל, אויסער דעם פּאָליטישן קאָנפֿליקט.
וואָס באַטײַט דאָס לערנען וועגן ישׂראל און ייִדן דווקא אין מינכן מיטן גאַנצן היסטאָרישן באַגאַזש, וכדומה?
דווקא אין דײַטשלאַנד איז דאָ זייער אַ גרויסער אינטערעס צו אַלץ, וואָס האָט צו טאָן מיט ייִדישקייט און מיט ישׂראל. טאַקע צוליבן עבֿר, איז בײַ דער דײַטשישער געזעלשאַפֿט דאָ אַ באַדערפֿעניש זיך צו באַשעפֿטיקן מיט די טעמעס מער פֿון אַ וויסנשאַפֿטלעכן און אַקאַדעמישן שטאַנדפּונקט, איידער פֿון אַ פּאָליטישן. אין ישׂראל געפֿינען זיך אַ צען אינסטיטוציעס, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט דער דײַטשישער געשיכטע, אָבער נישט פֿאַרקערט: אין דײַטשלאַנד איז קיין איין אָרט ניטאָ צו לערנען די ישׂראל-געשיכטע. איז דאָס אַן אומבאַלאַנסירטע סיטואַציע, וואָס מע דאַרף פֿאַרריכטן.
לעקציעס וועגן ישׂראל זענען נישט אַזוי נײַ דאָ. ס’זענען דאָ מענטשן, וועלכע טרעפֿן זיך אָן מיט געוויסע שוועריקייטן, און דער היסטאָרישער באַגאַזש איז זיכער אַנדערש ווי אין אַמעריקע, למשל. איך וועל לערנען דעם האַרבסט אַ קורס וועגן דעם ווי אַזוי ס‘גיט זיך די ישׂראל-געזעלשאַפֿט אַן עצה מיטן חורבן. ס’עפֿנט אַ פֿענצטער פֿאַר די דײַטשן צו דער ישׂראלדיקער זײַט, ווי אַזוי זיי האָבן באַהאַנדלט די סוגיא, אַנטקעגן די דײַטשן.
צום סוף, פֿרעג איך מאַהלאַן וועגן דעם נעגאַטיוון אימאַזש פֿון ישׂראל אין אייראָפּע. ער זאָגט, אַז דווקא אין דײַטשלאַנד שטיצט מען ישׂראל פּאָליטיש, און אויך בײַ דער געזעלשאַפֿט איז דער מצבֿ נישט אַזוי שלעכט. „די BDS-באַוועגונג, למשל, איז נישט שטאַרק דאָ, אַנטקעגן איר טעטיקייט אין די אַמעריקאַנער קאַמפּוסן. דאָס באַהאַנדלען מיט ישׂראל בכלל שפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער דײַטשישער אידענטיטעט גופֿא.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.