מיט 74 יאָר צוריק, דעם 22סטן יוני 1941, האָט זיך אָנגעהויבן די בלוטיקסטע פֿאַזע פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. די דײַטשן האָבן אויסגעקליבן דעם סאַמע לאַנגן זומער־טאָג, כּדי צו באַווײַזן וואָס מער אָפּצוטאָן. מע האָט זיך דאָך אָנגעצילט אויף אַ „בליצקריג‟. זיי זײַנען געווען אַזוי זיכער אין אַ גיכער מפּלה פֿון דער רויטער אַרמיי, אַז מע האָט אַפֿילו ניט צוגעגרייט קיין נייטיקע ווינטער־אוניפֿאָרם; לויט די פּלענער, האָט די מלחמה געמוזט זיך פֿאַרענדיקן פֿאַר די קעלטן.
יעדע סאָוועטישע משפּחה, ייִדישע בתוכם, האָט אַן אייגענע געשיכטע פֿון דער מלחמה־צײַט. איך בין אויסגעוואַקסן מיט מײַן משפּחה־געשיכטע פֿון יענע יאָרן. צוזאַמען מיט מײַנע עלטערן האָב איך — דורך זייערע דערציילונגען — איבערגעלעבט דעם טאָג, דעם 22סטן יוני, ווען מײַן טאַטע איז אַוועק אויף דער מלחמה. דערנאָך האָט די מאַמע, מיט מײַן ברודער, מײַן שוועסטער און אַנדערע קרובֿים, דורכגעמאַכט דעם שווערן און פֿון צײַט צו צײַט פּשוט געפֿערלעכן וועג מיזרח־צו, אין עוואַקואַציע.
אַן ענלעכע געשיכטע איז געווען כּמעט אין יעדער ייִדישער משפּחה אַרום אונדז, די מזלדיקע משפּחות, אין וועלכע אי דער מאַן, אי די פֿרוי האָבן די מלחמה איבערגעלעבט: די מענער — אין דער אַרמיי, די פֿרויען מיט די קינדער — בדרך־כּלל, אין אוזבעקיסטאַן צי אין אוראַל. מיט זיי, וואָס זײַנען אַרויס פֿון דעם מלחמה־פֿײַער לעבעדיקע, בין איך אויסגעוואַקסן. אָבער געוואַקסן בין איך אויך מיט די נעמען, און אָפֿט מאָל מיט פֿאָטאָס, פֿון די וואָס זײַנען געפֿאַלן אויף דער מלחמה; ווי, אַ שטייגער, מײַן מאַמעס ייִנגערער ברודער נחמן, וואָס האָט געדינט אין ווײַסרוסלאַנד, ערגעץ לעבן דער גרענעץ. און מײַן פֿאָטערס ייִנגערער ברודער, אַהרן, וואָס איז דערהרגעט געוואָרן אין יאָר 1943. ביידע זײַנען פֿאַר דער מלחמה געווען לערער.
בסך־הכּל האָבן אין דער רויטער אַרמיי אין די יאָרן 1941—1945, געדינט, לויט פֿאַרשיידענע אָפּשאַצונגען, צווישן 350 און 500 טויזנט ייִדן. צווישן 120 און 142 טויזנט פֿון זיי האָבן זיך אַהיים ניט אומגעקערט. ניט ווייניק איז שוין אָנגעשריבן געוואָרן וועגן דעם אָנטייל פֿון ייִדישע סאָלדאַטן, אָפֿיצירן און גענעראַלן אין די שלאַכטן פֿון יענער תּקופֿה; אָבער די אַרבעט גייט ווײַטער אָן און ברענגט נײַע רעזולטאַטן.
אַ גרויסן פּראָיעקט פֿירט די „בלאַוואַטניק־פֿונדאַציע‟, וואָס האָט צונויפֿגעקליבן מער ווי אַ טויזנט אינטערוויוען מיט ייִדישע וועטעראַנען. מיט אייניקע פֿון זיי קען מען זיך באַקענען אויף דער וועבזײַט www.blavatnikarchive.org. די זעלבע פֿונדאַציע איז אַרויסגעטראָטן ווי דער ספּאָנסאָר פֿון אַן אינטערעסאַנטן פּראָיעקט, רעאַליזירט אין „יד־ושם‟, דורך אַ גרופּע, מיט וועלכער עס האָט אָנגעפֿירט ד״ר אַרקאַדי זעלצער — זען www.yadvashem.org/yv/en/about/institute/ppka_soldiers. צווישן אַנדערע מאַטעריאַלן, פֿאַרנעמט זיך דער „יד־ושם‟־פּראָיעקט אויך מיט לעבנס־געשיכטעס פֿון אַ צאָל ייִדישע קולטור־טוער.
אלי פֿאַלקאָוויטש איז געווען אַ באַקאַנטער ייִדישער שפּראַכקענער, אַ מחבר פֿון לערנביכער און ווערטערביכער, און האָט לחלוטין ניט אויסגעזען ווי אַ סטערעאָטיפּישער העלד. אָבער ווען די מלחמה האָט זיך אָנגעהויבן, איז ער, אַ 43־יאָריקער, פֿרײַוויליקער אַוועק זיך שלאָגן מיטן שׂונא. דאָס וועבזײַטל www.yadvashem.org/yv/en/about/institute/ppka_soldiers/Eli_Falkovich.asp דערציילט וועגן זײַן העלדישקייט, וואָס איז אָפּגעצייכנט געוואָרן מיט דער העכסטער סאָוועטישער מיליטערישער באַלוינונג, „לענין־אָרדן‟. נאָך דער מלחמה האָט פֿאַלקאָוויטש זיך אומגעקערט צו דער ייִדישער לינגוויסטיק.
אַ העלדישער אָפֿיציר איז געווען עמנואל קאַזאַקעוויטש, אַ טאַלאַנטירטער ייִדישער דיכטער: www.yadvashem.org/yv/en/about/institute/ppka_soldiers/Emmanuil_Kazakevich.asp. זײַן פּאָעטישע זאַמלונג „ביראָבידזשאַנבוי‟ איז אַרײַן אין דער געשיכטע ווי דאָס ערשטע ליטעראַרישע בוך, געדרוקט אין יאָר 1932, אין ביראָבידזשאַן. אין 1940 איז ער אָנגענומען געוואָרן אין דעם סאָוועטישן שרײַבער־פֿאַראיין טאַקע ווי אַ מחבר פֿון ייִדישע לידער; אָבער פֿון דער מלחמה האָט ער זיך אומגעקערט שוין ווי אַ רוסיש־שפּראַכיקער פּראָזאַיִקער. זײַנע ווערק, בפֿרט דער ראָמאַן „שטערן‟ (אויף ייִדיש טראָגט ער דעם טיטל „גרינע שאָטנס‟) גייען נאָך אַלץ אַרויס אין נײַע אויפֿלאַגעס.
דער „יד־ושם‟ דערציילט אויך וועגן דעם דיכטער אַהרן קושניראָוו www.yadvashem.org/yv/en/about/institute/ppka_soldiers/Aron_Kushnirov.asp. אַ בכּבֿודיקע פֿיגור אין דער ייִדישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה, איז קושניראָוו געווען דער לעצטער אָנפֿירער פֿון דער ייִדישער סעקציע בײַם שרײַבער־פֿאַראיין איידער זי איז ליקווידירט געוואָרן בעת די סטאַליניסטישע רעפּרעסיעס אין סוף 1940ער און אָנהייב 1950ער יאָרן.
די טעמע איז גאָר ניט אויסגעשעפּט געוואָרן און וואַרט אויף נײַע פֿאָרשונגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.