ווי אַ זשורנאַליסט און טוריסט, פֿיל איך זיך דאָ, אין דעם שטילן מקום־מיקלט, ווי אַן אַרײַנדרינגער. צי ווייסן נישט די יונגע פֿרויען וועגן דעם רשעות פֿון ISIS? קענען זיי אפֿשר מענטשן, וואָס זיצן בײַ ISIS אין תּפֿיסה אָדער זענען שוין אפֿשר דערמאָרדעט געוואָרן?
לוקמאַן מאַכמוד, אן אָרטיקער יאַזידי זשורנאַליסט און עקאָנאָמיע־לערער, האָט זיך פֿרײַוויליק אונטערגענומען צו געבן אונדז אַ טור פֿונעם ראַיאָן. „במשך פֿון דער געשיכטע האָבן די יאַזידי שוין מיטגעמאַכט 74 גענאָצידן, און הײַנט געפֿינען זיך 5,000 פֿון זיי אין די הענט פֿון ISIS,‟ האָט ער דערקלערט.
מײַן קאָלעגע, לאָראַ קעלי, און איך זענען געקומען קיין קורדיסטאַן, כּדי צו זען די קורדישע קעמפֿער, באַקאַנט ווי „פּעשמערגאַ‟, און זיך צו דערוויסן וועגן די קאַמפֿן אינעם אויטאָנאָמישן ראַיאָן קורדיסטאַן קעגן ISIS, ווי אויך וועגן זײַן שטרעבן פֿאַר אומאָפּהענגיקייט.
אין ערביל האָבן מיר זיך באַקענט מיט זאַק האָף, אַ 22־יאָריקער אַמעריקאַנער, וועלכער איז געפֿאָרן קיין ישׂראל, כּדי צו דינען אין צה״ל, און דערנאָך אַריבער קיין קורדיסטאַן, כּדי זיך אָנצושליסן אין דער „פּעשמערגאַ‟. איצט אַרבעט ער אויף עטלעכע פּאָליטישע איניציאַטיוון אין ערביל צו העלפֿן די פּליטים. „די לעצטע נײַעס איז, אַז ISIS האָט צוגעזאָגט אַ באַלוינונג פֿון $150,000 פֿאַר דעם וואָס דערהרגעט אָדער פֿאַרכאַפּט אַ מערבֿדיקן מענטש דאָ,‟ האָט ער געזאָגט.
דאָס שרײַבן פֿאַר אַ ישׂראלדיקער צײַטונג; דאָס פֿליִען איבער אַ טעריטאָריע, וואָס געפֿינט זיך אונטערן קאָנטראָל פֿון ISIS, און דאָס אָנקומען אין אַ מוסולמעניש לאַנד אינעם האַרץ פֿונעם מיטעלן מיזרח, וואָלט געקאָנט שאַפֿן פּראָבלעמען, אָבער זאַק האָף באַרויִקט אונדז. „דאָ האָט מען ליב די ישׂראלים,‟ האָט ער באַמערקט.
אָנקומענדיק אין קורדיסטאַן, האָבן מיר זיך שוין ווייניקער געשראָקן. עלטערע „פּעשמערגאַ‟־קעמפֿער, מיט ביקסן אין די הענט, האָבן אונדז דערציילט וועגן זייערע איבערלעבונגען אין די 1960ער יאָרן, ווען ישׂראל האָט געהאָלפֿן די קורדן אין זייער מלחמה מיט סאַדאַם כוסיין.
„אין די 1960ער איז מײַן פֿעטער געפֿאָרן קיין ישׂראל דורך איראַן, כּדי זיך צו לערנען מלחמה־האַלטונג,‟ האָט איינער מיר געזאָגט. אין גיכן האָבן איך דערזען, אַז אַ סך קורדן פֿילן זיך טאַקע נאָענט צו ישׂראל. „צי ווייסט איר, אַז אין ס׳רובֿ מוסולמענישע לענדער האָבן די ייִדן נישט געטאָרט פֿאַרמאָגן געווער און געמוזט טראָגן אַ באַזונדערן ייִדישן כאַלאַט?‟ האָט מיך געפֿרעגט אַ קורדישער פּראָפֿעסאָר פֿון סיריע, וואָס וווינט איצט אין ערביל. „די ייִדן אין קורדיסטאַן האָבן אָבער געטראָגן די זעלבע וואָפֿנס און מלבושים וואָס מיר, און האָבן אויך געטראָגן די נעמען פֿון אונדזערע שבֿטים.‟
איין קורדישער קעמפֿער האָט אונדז איבערגעגעבן, אַז אין קורדיסטאַן שטייט אַ באַרג מיטן נאָמען „פּערעס‟, וואָס איז אַ סימן, אַז שמעון פּערעס איז אויך אַ קורד. אַפֿילו די ביכערקראָמען אין ערביל האָבן פֿאַרקויפֿט ביכער וועגן די ייִדן פֿון קורדיסטאַן, און אויף דער הילע — שטייט אַ קליינער מגן־דוד. מע פֿאָרקויפֿט דאָרט אויך ביאָגראַפֿיעס פֿון גאָלדע מאיר.
אַ סך קורדן האָבן אונדז געפֿרעגט פֿאַר וואָס די ייִדן, וואָס האָבן פֿאַרלאָזט קורדיסטאַן מיט יאָרן פֿריִער, קומען נישט צוריק. אַ געוועזענער רעגירונג־מיניסטער האָט באַמערקט: „אין געוויסע ערטער קען מען הערן אַנטיסעמיטישע פּראָפּאַגאַנדע, אָבער נישט אין קורדיסטאַן. אַפֿילו ווען מיר קריטיקירן די פּאָליטיק פֿון ישׂראל, פֿאַרשטייען מיר, אַז מע טאָר נישט פּלאָנטערן דאָס ייִדישע פֿאָלק מיט דער פּאָליטיק פֿון נתניהו,‟ האָט ער געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.