די לאַנגע געשיכטע פֿון ייִדן אין גרוזיע פּאַסט זיך נישט אַרײַן אין די אָנגענומענע באַגריפֿן װעגן אַסימילאַציע און קיום פֿון אַנדערע ייִדישע עדות אין גלות. דער מאָסקװער עטנאָלאָג און לינגװיסט מיכאל טשלענאָװ דערקלערט, אַז זינט די אוראַלטע צײַטן, אין משך פֿון מער װי צװײ טױזנט יאָר, האָבן די ייִדן אונטערגעהאַלטן נאָענטע באַציִונגען מיט דער אַרומיקער באַפֿעלקערונג. ייִדן האָבן תּמיד גערעדט די גרוזינישע שפּראַך און געטראָגן גרוזינישע קלײדער. אַ היפּשע צאָל פֿון זיי זײַנען געװען פּױערים און געלעבט אין די דערפֿער צװישן גרוזינער. דערבײַ האָבן די ייִדן פֿון תּמיד אָן אָפּגעהיט די ייִדישע אמונה און מינהגים, שטודירט לשון־קודש, הגם קײן גרױסע למדנים און תּלמידי־חכמים זײַנען אין גרוזיע ניט געװען.
די געשיכטע, קולטור און דער לעבנס־שטײגער פֿון די גרוזינישע ייִדן זײַנען נאָך װײַט ניט אויסגעפֿאָרשט. דאָס רובֿ שטודיעס און מקורים זײַנען אָנגעשריבן אױף גרוזיניש, אַ שפּראַך, װאָס איז װײניק באַקאַנט מחוץ גרוזיע. און די גרוזינישע היסטאָריקער האָבן אַ נטיה צו באַטראַכטן די ייִדן בלױז אין דעם גערעם פֿון דער אײגענער נאַציאָנאַלער געשיכטע. זײ זײַנען ניט גוט באַהאַװנט אין דער אַלגעמײנער ייִדישער געשיכטע און צומאָל ניט קריטיש צו דעם היסטאָרישן מאַטעריאַל.
דערפֿאַר איז די פּובליקאַציע פֿונעם נײַעם זאַמלבוך „בלעטער פֿון דער געשיכטע און קולטור פֿון ייִדן אין גרוזיע (אױף די שפּורן פֿון דער עקספּעדיציע אין 2013)‟ ספּעציעל אינטערעסאַנט. רי דאָזיקע עקספּעדיציע איז אַ טײל פֿונעם גרױסן פֿאָרשערישן פּראָיעקט בײַם מאָסקװער אַקאַדעמישן צענטער „ספֿר‟. דער פּראָיעקט פֿאָרשט פֿאַרשידענע ייִדישע עדות און ייִשובֿים פֿון דער אַמאָליקער רוסישער אימפּעריע און סאָװעטן־פֿאַרבאַנד.
די קאַפּיטלען פֿונעם דאָזיקן בוך באַהאַנדלען די אַלטע און נײַע געשיכטע פֿון ייִדן אין גרוזיע, זײער קונסט, און מאַטעריעלע דענקמעלער, װי שילן און בית־עלמינס. צװײ אַרטיקלען דערצײלן װעגן די באַציִונגען צװישן גרוזינישע און פּױלישע ייִדן, און צװײ עטנאָגראַפֿישע פֿאָרשונגען אַנאַליזירן, װי אַזױ די גרוזינער האָבן אױפֿגענומען זײערע ייִדישע שכנים. צװײ אַרטיקלען זײַנען ספּעציעל איבערגעזעצט אױף רוסיש פֿון דער גרוזינישער שפּראַך.
די ערשטע ייִדן האָבן זיך באַװיזן אינעם קעניגרײַך קאַרטלי אױף דער טעריטאָריע פֿון דער הײַנטיקער גרוזיע אין דער תּקופֿה פֿון די מכּבייער, װען די גריכישע מלוכה פֿון סעלעװקידן האָט באַזעצט די ייִדן אין פֿאַרשידענע שטחים פֿון זײער אימפּעריע. די שפּעטערע מקורים זײַנען גאַנץ קאַרג, אָבער מיר װײסן, אַז ייִדישע קהילות האָבן עקזיסטירט אין מיטלאַלטער אין קאַהעטיע, אַ מלוכה װאָס איז אַנטשטאַנען אַרום 15טן יאָרהונדערט אינעם מיזרח־טײל פֿון גרוזיע. אינעם 16טן יאָרהונדערט זײַנען דאָס רובֿ ייִדן דעפּאָרטירט געװאָרן קײן פּערסיע נאָך דעם, װי דער פּערסישער שאַך אַבאַס האָט חרובֿ געמאַכט די קאַהעטישע הױפּטשטאָט גרעמי. דער שאַך האָט גענומען די ייִדן מיט זיך קײן פּערסיע, װײַל זײ זײַנען געװען מומחים אין אױספֿאַרטיקן זײַדענע שטאָפֿן.
די הײַנטיקע גרוזינער שטאָלצירן מיט דעם, װאָס עס איז ניט געװען קײן אַנטיסעמיטיזם אין זײער לאַנד. ייִדן זײַנען געװען אַ באַשטאַנדטײל פֿון דער גרוזינישער געזעלשאַפֿט, אָבער זײ האָבן ניט פֿאַרנומען דאָרטן קײן חשובֿ אָרט. לרובֿ גרוזינישע ייִדן זײַנען געװען אָרעם, און אַ היפּשער טײל פֿון זײ זײַנען געװען לײַב־אײגענע פּױערים בײַ די גרוזינישע פּריצים. אָבער ייִדן האָבן זיך געהאַלטן בײַ זייערע רעליגיעזע מינהגים. אַפֿילו אין די סאָװעטישע צײַטן זײַנען אין גרוזיע געװען כּמעט אַזױ פֿיל שילן װי אין גאַנץ סאָװעטן־פֿאַבאַנד.
עס איז מערקװירדיק, װאָס דװקא אין די סוף 1930ער יאָרן האָט דער קינסטלער שלום קאָבאָשװילי געשאַפֿן אַ סעריע בילדער, װאָס װײַזן פֿאַרשידענע ייִדישע מינהגים: װי מען פֿירט אַ כּלה אין דער מיקװה פֿאַר דער חתונה, װי מען שרײַבט אונטער תּנאָים, װי מען פּראַװעט סוכּות און מע גייט הקפֿות שׂמחת־תּורה, וכדומה. קאָבאָשװילי איז אױפֿגעװאַקסן אין דער שטאָט אַכאַלציכי, װוּ עס איז געװען אײנע פֿון די גרעסטע ייִדישע קהילות. זײַן גאַנץ לעבן האָט ער שווער געהאָרעװעט, און ערשט צום סוף פֿון זײַן לעבן געפֿונען אַ רויִקע שטעלע װי אַ שומר בײַ דעם ייִדישן עטנאָגראַפֿישן מוזײ אין טביליסי. פֿון קינדװײַז אָן האָט ער ליב געהאַט צו מאָלן, אָבער זײַנע עלטערן האָבן דאָס ניט געהאַלטן פֿאַר קײן פּאַסיקע מלאָכה פֿאַר אַ ייִדישן בחור. ערשט אין די לעצטע יאָרן זײַנע, צװישן 1937 און 1941, האָט קאָבאָשװילי געקאָנט זיך אָפּגעבן מיט מאָלערײַ.
לױט דעם באַשטעל פֿונעם מוזײ האָט קאָבאָשװילי געשאַפֿן אַ רײ בילדער פֿונעם אַלטן ייִדישן פֿאָלקסלעבן. זײ זײַנען געמאָלן אין אַ נאַיִװן סטיל, װאָס איז געװען כאַראַקטעריסטיש פֿאַר דער גרוזינישער פֿאָלקסקונסט פֿון יענער צײַט, און װאָס ווערט הױך אָפּגעשאַצט בײַ די הײַנטיקע קונסטקענער. דער דאָזיקער סטיל טײלט זיך אױס מיט בונטע קאָלירן, לעבעדיקע און פֿרײלעכע פֿיגורן, און פּינקטלעכקײט פֿון שטײגערישע פּרטים. שלום קאָבאָשװילי איז געװען דער אײנציקער גרוזינישער ייִד, װאָס איז געװאָרן אַ קינסטלער, און דװקא אין יענע יאָרן, װען די סאָװעטישע מאַכט האָט דערדריקט די נאַציאָנאַל ייִדישע קולטור אין אַנדערע טײלן פֿונעם סאָװעטן־פֿאַבראַנד.
ניט געקוקט אױף דער לאַנגער געשיכטע פֿון פֿרײַנדלעכע באַציִונגען צװישן ייִדן און גרוזינער, זײַנען הײַנט פֿאַרבליבן אין גרוזיע בלױז אַ פּאָר טױזנט ייִדישע נפֿשות. די ייִדישע קהילות זײַנען פֿאַראַן נאָר אין די גרעסטע שטעט, טביליסי און קוטאַיִסי. אַ סך ייִדן האָבן פֿאַרלאָזט גרוזיע בעת דער עמיגראַציע אין די 1970ער יאָרן, און הײַנט־צו־טאָג לעבן אַרום דער װעלט בערך פֿופֿציק טױזנט גרוזינישע ייִדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.