דער געוועזענער שפּאַנישער פּרעמיער־מיניסטער כאָסע מאַריאַ אַזנאַר האָט געזאָגט, אַז אויפֿן הונטערגרונג פֿון דער סכּנה מצד איראַן און די סוניטישע דזשיהאַדיסטן, דינט ישׂראל ווי אַ „צענטראַלער טייל‟ פֿון דער מערבֿדיקער ציוויליזאַציע.
אַזנאַר, אַ פּאָליטיקער פֿון דער צענטריסטיש־רעכטער „פֿאָלקס־פּאַרטיי‟, האָט במשך פֿון 8 יאָר, ביז 2004, פֿאַרנומען די פּאָזיציע פֿונעם פּרעמיער. זײַנע פֿאַרטיידיקונג־ווערטער האָט ער אָנגעשריבן אין דער הקדמה פֿונעם נײַעם בוך פֿון ירושלימער פֿאָרשער מאַנפֿרעד גערשטענפֿעלד, וווּ עס ווערן פֿאַרדאַמט די אַנטיסעמיטישע און אַנטי־ישׂראלדיקע שטימונגען אין דער הײַנטיקער וועלט.
גערשטענפֿעלדס בוך, וואָס הייסט „די מלחמה פֿון אַ מיליאָן שטאָכן‟, איז אַרויס מאָנטיק, דעם 22סטן יוני, בעת אַ דיסקוסיע בײַם „ירושלימער צענטער פֿון עפֿנטלעכע ענינים‟. אין זײַן הקדמה, האָט דער געוועזענער שפּאַנישער פּרעמיער גערופֿן צו שטיצן מדינת־ישׂראל „מיט אַלע אונדזערע כּוחות‟ און האָט באַטאָנט, אַז זי ווערט כּסדר אַטאַקירט דווקא צוליב דעם, וואָס זי רעפּרעזענטירט די מערבֿדיקע קולטור. פֿריִער די וואָך, האָט אַזנאַר געטענהט אין זײַן שמועס מיט דער ישׂראלדיקער צײַטונג „מעריבֿ‟, אַז די אַנטי־ישׂראלדיקע בויקאָט־באַוועגונג האָט אַן אַנטיסעמיטישן טעם און „שטרעבט אויסצורייניקן דאָס לאַנד פֿון די ייִדן‟.
גערשטענפֿעלד, אַ געוועזענער פֿאָרזיצער פֿונעם „ירושלימער צענטער פֿון עפֿנטלעכע ענינים‟ און אַ מחבר פֿון עטלעכע ביכער וועגן אַנטיסעמיטיזם אין אייראָפּע און אַרום דער וועלט, האָט אָבער בעת זײַן בוך־רעפּרעזענטאַציע באַמערקט, אַז דאָס עצם־אָפּלייקענען דאָס רעכט פֿון מדינת־ישׂראל צו עקזיסטירן און דאָס פֿאַרגלײַכן די צרות פֿון די פּאַלעסטינער מיטן ייִדישן חורבן, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ גרעסערע פּראָבלעם, ווי די פּראָטעסטן און בויקאָטן. דער מחבר האָט גערופֿן די ישׂראלדיקע רעגירונג צו שאַפֿן אַ ספּעציעלע מלוכישע אינסטאַנץ, וואָס זאָל באַקעמפֿן אַזעלכע אַנטי־ישׂראלדיקע דעות. גערשטענפֿעלד האָט צוגעגעבן, אַז אינעם יאָר 2011 האָט דער אוניווערסיטעט פֿון בילעפֿעלד, דײַטשלאַנד, פֿאַרעפֿנטלעכט אַ שטודיע, לויט וועלכער מער ווי 40 פּראָצענט פֿון 7,000 אויסגעפֿרעגטע תּושבֿים אין 7 אייראָפּעיִשע לענדער גלייבן, אַז דאָס ישׂראלדיקע מיליטער האַלט אַ „פֿאַרניכטונג־מלחמה‟ קעגן די פּאַלעסטינער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.