דזשאַנעט רות האַדאַ, די אָנגעזעענע ייִדיש־פּראָפֿעסאָרין, פּסיכאָ-אַנאַליטיקערין און ביאָגראַפֿין — איז ניפֿטר געוואָרן אין לאָס־אַנדזשעלעס דעם 23סטן יוני, 2015, אין עלטער פֿון 69 יאָר, פֿון אַ ראַק.
ד״ר האַדאַ איז געבוירן געוואָרן דעם 23סטן דעצעמבער 1945, די טאָכטער פֿון ייִדישע פּליטים פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד, ד״ר געאָרג און אַן־מאַרי (כּהן) האַדאַ. איר זיידע איז געווען ד״ר זיגמונד האַדאַ, דער לעצטער דירעקטאָר פֿונעם „ייִדישן שפּיטאָל‟ אין ברעסלאָוו (ווראָצלאַוו).
זי און אירע טאַטע־מאַמע זענען געקומען קיין ניו־יאָרק אין 1948, וווּ אירע באָבע־זיידע, וועלכע האָבן איבערגעלעבט טערעזענשטאַט, האָבן זיך שוין געהאַט באַזעצט. שטאַרק צערודערט צוליב דעם חורבן, האָבן אירע עלטערן גאָרנישט געוואָלט האָבן צו טאָן מיט זייער ייִדישער אידענטיטעט, און האָבן אויך אויפֿגעהערט רעדן דײַטש, אַפֿילו צווישן זיך. איר זיידע האָט אָבער פֿאָרגעלייענט פֿאַר דזשאַנעט די מעשׂיות פֿון הײַנריך הײַנע, און פֿאָרויסגעזאָגט, אַז זי וועט נאָך ווערן אַ דײַטש־פּראָפֿעסאָרין אין קאָלומביע.
האַדאַ האָט טאַקע פֿאַרענדיקט איר דאָקטאָראַט אין דײַטש בײַם קאָלומביע־אוניווערסיטעט, אָבער גלײַכצײַטיק אַנטוויקלט אַ ספּעציעליטעט אין ייִדיש — אַ שפּראַך, וואָס אַ סך דײַטשע ייִדן האָבן זיך נישט וואַרעם באַצויגן צו דעם. זי האָט אויך באַקומען דיפּלאָמען פֿונעם ווערמאָנטער אוניווערסיטעט און פֿון קאָרנעל.
נאָכן אַריבערציִען זיך אינעם קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין לאָס־אַנדזשעלעס אין 1973, וווּ זי האָט געגרינדעט אַ ייִדיש־קאַטעדרע, איז זי געוואָרן די ערשטע ייִדיש־פּראָפֿעסאָרין מיט חזקה אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. זי האָט פּובליקירט סײַ אַקאַדעמישע, סײַ פּאָפּולערע אַרטיקלען אויף ענגליש, ייִדיש, העברעיִש, פֿראַנצייזיש און דײַטש. זי איז געוואָרן אַ ספּעציאַליסט אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער פּאָעזיע, בפֿרט אין די ווערק פֿון יעקבֿ גלאַטשטיין — די טעמע פֿון איר ערשט בוך און אַ הויכע צאָל אַרטיקלען.
אין 1982 האָט ד״ר האַדאַ אָנגעהויבן שטודירן פּסיכאָאַנאַליז, כּדי צו פֿאַרבעסערן איר פֿאַרשטאַנד פֿון דער מאָדערניסטישער ייִדישער פּאָעזיע. איר צווייט בוך, Passionate Women and Passive Men (לײַדנשאַפֿטלעכע פֿרויען און פּאַסיווע מאַנסבילן), פֿון 1988, האָט באַשריבן די פּסיכאָלאָגישע ענינים וועגן זעלבסטמאָרד אין דער ייִדישער ליטעראַטור. אירע פּסיכאָאַנאַליטישע אײַנזעענישן האָבן אויך געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין איר ביאָגראַפֿיע פֿון יצחק באַשעוויס־זינגער, Isaac Bashevis Singer: A Life (יצחק באַשעוויס זינגער: אַ לעבן), אַרויסגעלאָזט אין 1997 און 2001, ווי אויך פֿונעם אַמעריקאַנער פּאָעט אַלען גינזבערג, וואָס זײַן שפּיטאָליזירונג אינעם ניו־יאָרקער שטאַטישן פּסיכיאַטרישן אינסטיטוט אין די יאָרן 1949־1950, האָט האַדאַ געטענהט, האָט אים צום ערשטן מאָל פֿאַרבונדן מיט זײַנע אינעווייניקסטע געפֿילן, און דערבײַ אים דערמעגלעכט צו ווערן אַ גרויסער פּאָעט.
האַדאַ האָט פֿאַראָבֿלט איר מאַן, אַלען טאָבין, אַ נעווראָ־וויסנשאַפֿטלער, מיט וועמען זי האָט חתונה געהאַט אין 1981, און מיט וועמען זי האָט אָפֿט מיטגעאַרבעט אין פֿאָרשונגען פֿונעם מוח. זי האָט אויך פֿאַראָבֿלט צוויי שוועסטער, סערי האַדאַ און קאַטרין האַדאַ; אירע שטיפֿקינדער — דוד טאָבין און אָדם טאָבין; זייערע פֿרויען — אַנאַ מאַריאַ און קריסטין, און צוויי אייניקלעך — גבֿריאל און אורסולאַ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.