אין רוסלאַנד האָט מען אָפּגעמערקט די טרויעריקע דאַטע — 74 יאָר זינט ס‘האָט זיך אָנגעהויבן די „גרויסע פֿאָטערלענדישע מלחמה‟, ווי מע רופֿט עס אין רוסלאַנד. אין דער מעמאָריאַלער שיל אויף פּאָקלאָנע־באַרג אין מאָסקווע האָט זיך געעפֿנט אַן אינטערנאַציאָנאַלער פֿאָרום, געווידמעט דעם חורבן, ווי אויך דעם גענאָציד פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. דער פֿאָרום האָט דורכגעפֿירט דער רוסלענדישער מלוכישער הומאַניטאַרער אוניווערסיטעט און דער רוסלענדישער ייִדישער קאָנגרעס, בשותּפֿות מיטן צענטער „חורבן‟, און מיטן אינסטיטוט פֿון מאָדערנער געשיכטע (דײַטשלאַנד); עס האָבן זיך אויך באַטייליקט די ישׂראל־אַמבאַסאַדאָרין, די אַמבאַסאָדאָרן פֿון עטלעכע אייראָפּעיִשע לענדער און פֿאַרטרעטער פֿונעם מוזיי „יד־ושם‟. אינעם רוסלענדישן הומאַניטאַרן אוניווערסיטעט האָט מען געהאַלטן רעפֿעראַטן פֿון דער געשיכטע פֿון חורבן און דאָס אויפֿנעמען אים אין איצטיקן רוסלאַנד און אַנדערע לענדער פֿון געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.
אין מאָסקווער גאַלעריע „מאַסטאַרט‟ האָט זיך דעם 18טן יוני געעפֿנט אַן אויסשטעלונג פֿון ליטאָגראַפֿיעס פֿון מאַרק שאַגאַל, וואָס הייסט, „ויהי אור‟. די טעכניק פֿון ליטאָגראַפֿיע איז פֿאַר שאַגאַל ניט טיפּיש, ער האָט זיך צו איר געוואָנדן נאָר אין די שפּעטערדיקע יאָרן. עס ווערט אויסגעשטעלט אַ סעריע ליטאָגראַפֿישע אילוסטראַציעס צום תּנ״ך, סײַ שוואַרץ־ווײַסע און סײַ קאָליריקע, וואָס זענען געבליבן רעלאַטיוו אומבאַקאַנט אין רוסלאַנד. די אויסשטעלונג וועט זײַן אָפֿן ביזן 31טן אויגוסט.
נאָך אַן אויסשטעלונג האָט זיך געעפֿנט אינעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי — „איבערזעצונגען פֿונעם תּנ״ך, פֿון עליניזם ביז מאָדערניזם‟. די אויסשטעלונג שליסט אײַן ספֿרים פֿון שנאורסאָנס זאַמלונג: אַרמישע תּרגומים, איבערזעצונגען פֿונעם תּנ״ך אויף גריכיש, ייִדיש, לאַדינאָ, דײַטש און אַנדערע שפּראַכן. די עקספּאָזיציע דערציילט וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדישע איבערזעצונגען און וועגן זייער רעצעפּציע בײַ ייִדן — פֿון אָנערקענונג ביז אָפּשטויסן, ווי אויך וועגן דעם אונטערשייד צווישן איבערזעצונגען, געמאַכט פֿאַר מענער און פֿאַר פֿרויען.
דער מוזיי איז ממשיך זײַן פּראָגראַם פֿון לעקציעס פֿאַרן ברייטן עולם. די וואָך האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט דער קענער פֿון ייִדישער מיסטיק און חסידיזם מנחם יהלום. דער רעפֿעראַט האָט געהייסן „חסידישע רעטענישן: דאָס ליכט פֿון כּלים־ווענטלעך אין מעזשביזש און וואַרשע‟. די רייד איז געגאַנגען וועגן דער קבלישער קאָנצעפּציע פֿון דער וועלט ווי אַ סיסטעם פֿון כּלים, פֿול מיטן געטלעכן ליכט. די חסידישע לערע זאָגט, אַז נאָך העלער און הייליקער איז דאָס ליכט פֿון די ווענטלעך פֿון כּלים. מנחם יהלום האָט אַנאַליזירט מקורות פֿון פֿריִערע חסידות, פֿון איזשביצער־ראַדזינער חסידות און פֿון וואַרשעווער רביים.
אַ ידיעה פֿון סאַנקט־פּעטערבורג, וווּ ס‘איז אָרגאַניזירט געוואָרן אַן אויסשטעלונג פֿון ייִדישע בריוו־ביכער, „איך שרײַב אײַך…‟. די עקספּאָזיציע שליסט אײַן בריוו־ביכער פֿון דער זאַמלונג בײַ דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק, דאָס רובֿ אויף ייִדיש, עטלעכע אויף צוויי שפּראַכן — לשון־קודש און ייִדיש אָדער ייִדיש און רוסיש. די קוראַטאָרין פֿון דער אויסשטעלונג, וועראַ קנאָרינג, האָט דערציילט, אַז זי איז באַגײַסטערט געוואָרן פֿון אַ פֿאָרשונג פֿון די אַמעריקאַנער געלערנטע, עליס נחומאָווסקי און ראָבערטאַ ניומאַן „טײַערער מענדל, טײַערע רייזל. ייִדישע בריוו־ביכער אין רוסלאַנד און אַמעריקע‟ (אינדיאַנע, 2014). איצט, ווען דער אינטערעס צו דער קולטור פֿון טאָג־טעגלעך לעבן שטײַגט, זענען אויך די ייִדישע בריוו־ביכער געוואָרן אַ טעמע פֿון פֿאָרשונג. וועראַ קנאָרינג האָט באַשריבן די היסטאָרישע טענדענצן און פֿילאָלאָגישע באַזונדערקייטן, וואָס מע קען באַמערקן אין די בריוו־ביכער. נאָך דער שליסונג פֿון דער אויסשטעלונג וועלן די בריוו־ביכער זײַן צוגענגלעך אין דעם לייען־זאַל פֿון דער ביבליאָטעק.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט קומט פֿון אַ קליינער שטאָט ניט ווײַט פֿון מאָסקווע — וולאַדימיר. דאָרטן האָט מען אויפֿגעפֿירט אַ סימפֿאָניע פֿון איסאַק שוואַרץ, „די געלע שטערן‟, אין אינטערפּרעטאַציע פֿון אַנאַטאָלי אַנטאָנאָוו, פֿאַר צוויי אָרקעסטערס, פֿון פֿאָלקס־אינסטרומענטן און פֿון סטרונע־אינסטרומענטן. די סימפֿאָניע איז געווידמעט דעם חורבן, און באַגײַסטערט האָט דעם מחבר אַ דערציילונג פֿון פּראַווען פּורים אין קאָוונער געטאָ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.