עס הערט מיך ניט אויף צו חידושן, ווען איך שטויס זיך אָן אויף דעם ווי גאָר פֿאַרשיידענע זאַכן און געשעענישן קאָנען זײַן געקניפּט און געבונדן. אָט האָט איר אַ דוגמא פֿון אַזאַ צווישן־פֿאַרבינדונג:
איך בין געבוירן און אויסגעוואַקסן געוואָרן אין דער שטאָט זאַפּאָראַזשע, אין אוקראַיִנע, וווּ סוף 1920ער יאָרן איז אויפֿגעבויט געוואָרן אַ ריזיקע — און באמת אַ שיינע — הידראָ־עלעקטראָסטאַנציע אויפֿן טײַך דניעפּר. וועגן דער דאָזיקער בויונג, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט ניט ווייניק ייִדן, האָבן די ייִדישע שרײַבער אָנגעשריבן אַ סך ייִדישע פּאָעטישע און פּראָזאַיִשע שורות.
אין יענער צײַט איז די דאָזיקע הידראָ־עלעקטראָסטאַנציע געווען, דאַכט זיך, די גרעסטע אין אייראָפּע. געבויט האָט מען זי מיט דער הילף פֿון אויסלענדישע, דער עיקר, אַמעריקאַנער ספּעציאַליסטן. ס’איז געווען אַן אַמעריקאַנער פּאָלקאָווניק מיטן נאָמען היו לינקאָלן קופּער, וואָס האָט געשפּילט די ראָלע פֿון אַ פֿרײַנד פֿון דער סאָוועטישער רעגירונג, אָדער ער האָט פּשוט אויף דעם גוט פֿאַרדינט, אָדער ביידע זאַכן צוזאַמען. יעדנפֿאַלס, זײַענדיק אַ מומחה אין בויען הידראָ־עלעקטראָסטאַנציעס, איז ער געווען אַ וויכטיקער מענטש אין דעם שותּפֿות. דאָס איז איין מאָל אַוועק.
איצט לאָמיר אַ שפּרינגט טאָן פֿון מײַנע קינדער־יאָרן שוין אין די איצטיקע צײַטן, ווען מיך האָט שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אַ מענטש, וואָס האָט אין פֿאַרשיידענע צײַטן און ערטער געטראָגן אַנדערע נעמען. איך האָב שוין געשריבן וועגן דעם דאָזיקן פּאַרשוין עטלעכע מאָל, אויך אין „פֿאָרווערטס‟, און לעצטנס האָב איך אין דעם ייִוואָ־אַרכיוו אויסגעגראָבן אַ פֿאָטאָ. די קוואַליטעט איז זייער אַ שלעכטע, ס’איז דאָך אַן אויסשניט פֿון עפּעס אַ צײַטונג, אָבער מע קען זען צווישן אָט דער גרופּע מענטשן אויך מאַקס גאָלדפֿאַרבן (ער זיצט דער צווייטער פֿון לינקס), וואָס איז געווען אַ וויכטיקער טוער אין דער ייִדישער סאָציאַליסטישער באַוועגונג אין אַמעריקע. אין דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע האָט ער זיך אָפּגעגעבן מיט די יוניאָנס.
זײַן אמתער נאָמען איז געווען דוד ליפּעץ. דעם נאָמען מאַקס גאָלדפֿאַרב האָט ער גענוצט, דער עיקר, אין אַמעריקע, וווּ ער האָט געוווינט אין די יאָרן 1914—1917. דערנאָך האָט ער זיך געלאָזט צוריק קיין רוסלאַנד, וווּ — ווידער ווי דוד ליפּעץ — איז ער געוואָרן דער מייאָר אין זײַן היימשטאָט בערדיטשעוו. אָבער אין קורצן ווערט ער אַ הייסער באָלשעוויק (פֿריִער — אַ הייסער בונדיסט), נעמט אָן אַ נײַעם נאָמען — דוד פּעטראָווסקי, און ווערט גיך איינער פֿון די פֿירנדיקע פֿיגורן אין דער סאָוועטישער מלוכה. אין יאָר 1937 האָט מען אים אַרעסטירט און דערשאָסן — די צײַט איז געקומען אַזאַ, ווען סטאַלין האָט זיך אין אַזעלכע לײַט מער ניט גענייטיקט. בפֿרט נאָך אַזעלכע ווי פּעטראָווסקי, וואָס האָט זיך געחבֿרט מיט טראָצקין, ווען יענער איז אין 1917 געווען אין אַמעריקע.
דאָ דערמאָן איך פּעטראָווסקין, ווײַל סוף 1920ער און אָנהייב 1930ער איז ער געווען אַ גאַנצער מאַכער אין דעם אַפּאַראַט פֿונעם קאָמוניסטישן אינטערנאַציאָנאַל. בפֿרט האָט ער זיך פֿאַרנומען, אין דעם קאָמינטערן, מיט דער פֿראַגע פֿון „שוואַרצער באַפֿעלקערונג‟ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אין מאָסקווע האָט מען זיך דעמאָלט זייער אינטערעסירט מיט דעם דאָזיקן ענין, געוואָלט עס ברייט אויסנוצן אין דער קאָמוניסטישער פּראָפּאַגאַנדע. מע האָט אַפֿילו גענומען גרייטן אַ פֿילם אויף אָט דער טעמע און געבראַכט קיין רוסלאַנד אַ פּאָר צענדליק אַפֿראָ־אַמעריקאַנישע אַקטיאָרן, זיי זאָלן שפּילן אין דעם פֿילם.
דער סוף איז געווען, אַז פֿון דעם פֿילם־פּראָיעקט איז גאָרנישט ניט אַרויס, ווײַל די רעגירונג האָט באַשלאָסן עס אָפּצושטעלן אין יאָר 1932. און דאָ קומען מיר צו דער צווישן־פֿאַרבינדונג מיט דעם, וואָס איך האָב דערמאָנט אין אָנהייב פֿון די נאָטיצן, דהײַנו: וועגן דעם אַמעריקאַנער פּאָלקאָווניק קופּער. אים האָט מען דאָך געהאַלטן פֿאַר אַ וויכטיקן „לאָביסט‟ פֿאַר סאָוועטישע אינטערעסן — סײַ עקאָנאָמישע סײַ פּאָליטישע. אין מאָסקווע האָט מען געוואָלט אײַנשטעלן אָפֿיציעלע דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וואָס איז געשען נאָר צום סוף פֿון יאָר 1933.
בינו־לבינו, איז קיין מאָסקווע געקומען דער פּאָלקאָווניק קופּער און האָט געוואָרנט די סאָוועטישע מנהיגים, אַז דער אַמעריקאַנער עסטעבלישמענט וועט ניט טאָלערירן קיין פּראָפּאַגאַנדיסטישע קאַמפּאַניע וועגן די ראַסן־פּראָבלעמען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. האָט מען אין די הויכע סאָוועטישע פֿענצטער, און קודם־כּל, סטאַלין אַליין, באַשלאָסן, אַז עס וועט זײַן קליגער צו מאַכן אַ שווײַג אַרום דער דאָזיקער פֿראַגע. דאָס הייסט, אַז אין גאַנצן האָט מען ניט געשוויגן, אָבער דעם פֿילם איז ניט באַשערט געווען צו זען דעם ווײַסן עקראַן.
שײַכותדיקע אַרטיקלען: //yiddish2.forward.com/archive/forverts/2007/0126/item10.html
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.