ייִדישע וואַסער־מיידלעך

Jewish Mermaids


פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published June 25, 2015, issue of July 10, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אין מיזרח־אייראָפּע איז פֿאַראַן אַ באַזונדערס רײַכע פֿאָלקלאָרישע טראַדיציע וועגן די רוסאַלקעס. לויט די אוקראַיִנישע און ווײַסרוסישע פֿאָלק־לעגענדעס, ווען די מיצרים האָבן זיך געלאָזט אינעם צעשפּאָלטענעם ים נאָך די אַנטלאָפֿענע ייִדישע שקלאַפֿן, האָט דער אייבערשטער זיי פֿאַרוואַנדלט אין וואַסער־באַשעפֿענישן. לויט דער רוסישער מיטאָלאָגישע טראַדיציע, איז בײַ די ים־פֿרויען פֿאַראַן אַן אייגענער מלך, וועלכער לעבט טיף אינעם ים, אויף עפּעס אַ מיסטעריעזן אינדזל, אָדער אין דער גאַנץ קאָנקרעטער אָזערע אילמען, לעבן דער פֿאַרצײַטישער הויפּשטאָט נאָווגאָראָד. די מענטשן טרעפֿן זיך אָבער, געוויינטלעך, בלויז מיט זײַנע שפּילעוודיקע דינסט־מיידלעך.

אין אוקראַיִנע און רײַסן זענען געווען פֿאַרשפּרייט אומצאָליקע סגולות און ריטואַלן, וואָס האָבן צו טאָן מיט רוסאַלקעס. במשך פֿון אַ געוויסן פּעריאָד, לויטן פּראַוואָסלאַוונע־קריסטלעכן לוח, האָט מען געפּראַוועט אַ גאַנצע וואָך אַ רוסאַלקעס־פֿעסטיוואַל. אין אַ טייל ערטער היט מען נאָך אַלץ אָפּ אָדער מע שטרעבט אויפֿצולעבן די דאָזיקע טראַדיציעס. די סלאַווישע רוסאַלקעס ווײַזט נישט אַרויס קיין מוזיקאַלישע טאַלאַנטן, אָבער זענען אויך גאַנץ סכּנותדיק, ווײַל זיי קאָנען פֿאַרקיצלען אַ פֿאַרבלאָנדזשעטן מענטש אויף טויט אָדער אַראָפּשלעפּן אים אין וואַסער אַרײַן. באַזונדערס אַקטיוו זענען זיי אינעם זעלבן סעזאָן, ווען אין קאָני־אײַלענד פּראַוועט מען דעם יערלעכן ים־פּאַראַד.

הגם די דאָזיקע סלאַווישע מיטאָלאָגיע שטאַמט פֿון בפֿירוש פּאַגאַנישע אוראַלטע צײַטן, זענען די דאָזיקע לעגענדעס געווען פֿאַרשפּרייט אין די ייִדישע שטעטלעך, בפֿרט צווישן די ליטווישע ייִדן, און האָבן זיך אָפּגערופֿן אין אונדזער ליטעראַטור. אין מענדעלע מוכר־ספֿרימס „קליאַטשע‟ ווערט געצייכנט אַ פֿאַנטאַסמאַגאָרישע סצענע מיט רוחים, כּלערליי מכשפֿים, „אין איינעם מיט רוסאַלקעס‟. אַסיע, די העלדין פֿון יעקבֿ גאָרדינס דראַמע „די יתומה‟, דערציילט, ווי די וואַסער־באַשעפֿענישן זענען צו איר געקראָכן מיט גרינע הענט.

להיפּוך צום רוסישן און ייִדישן פֿאָלקלאָר, וואָס אַסאָציִיִרט די וואַסער־מיידלעך מיט די בייזע רוחות, סימבאָליזירן די פֿיש־לייבן אויף די אַלטע מצבֿות און די וואַנט־געמעלן פֿון אַמאָליקע הילצערנע שילן דווקא הייליקע ענינים — די נשמות פֿון צדיקים אויף יענער וועלט און די סעודת־לוויתן. ס׳איז אָבער קלאָר, אַז די דאָזיקע גאַנץ צניעותדיקע בריות מיט לייבישע קעפּ זענען פֿאַרבונדן מיט דער זעלבער מיטאָלאָגישער טראַדיציע.

אַ טייל אַלטע ספֿרים, בפֿרט די איטאַליענישע אויסגאַבעס פֿון דער רענעסאַנס־תּקופֿה, זענען באַצירט מיט האַלב־נאַקעטע סירענעס. אין פֿאַרגלײַך מיט די סלאַווישע רוסאַלקעס, טיף פֿאַרבונדן מיט די אָרטיקע מיטאָלאָגישע גלייבענישן, פֿירט זי בלויז אַ ריין־דעקאָראַטיווע פֿונקציע. די זעלבע בריות־משונות מיט פֿיש־עקן טרעפֿן זיך כּסדר אין דער אייראָפּעיִשער אַרכיטעקטור פֿון קונסט פֿון יענער תּקופֿה. ווען אַ היסטאָריקער וואָלט זיך ערנסט פֿאַרנומען מיט דער דאָזיקער טעמע, וואָלט מען געקאָנט זאַמלען אַ גאַנצן „פּאַראַד‟ פֿון ייִדישע רוסאַלקעס און סירענעס.