די באַן־סטאַנציע װאָס געפֿינט זיך אַ 200 מעטער פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה, האָט באַקומען דעם נאָמען „פּאַסטער־אַמיאַ‟. „אַמיאַ‟ זײַנען די ראשי־תּיבות פֿון „אַסאָסיאַסיאָן מוטואַל איסראַעליטאַ אַרגענטינאַ‟ — ייִדישע געזעלשאַפֿט פֿאַר קעגנזײַטיקער הילף אין אַרגענטינע‟, װאָס איז דער אָפֿיציעלער נאָמען פֿון דער קהילה. ביידע פּעראָנען זײַנען דעקאָרירט געװאָרן מיט 26 בילדערשטרײַפֿן פֿון 25 באַרימטע קינסטלער, װאָס האָבן אָפּגעשפּיגלט דעם אַטענטאַט, און מען האָט אויפֿגעשטעלט אַ קליינעם מוזיי מיט אָפּגעראַטעװעטע עלעמענטן נאָכן אַטענטאַט. דער בוענאָס־אײַרעסער „ייִװאָ‟ האָט בײַגעטראָגן אַ ייִדישע שרײַבמאַשין, װאָס יוגנטלעכע האָבן געפֿונען צװישן די חורבֿות פֿונעם בנין. אַזוי האָט די שטאָט אָנגעהויבן צו דערמאָנען דעם אַטענטאַט פֿון 18טן יולי 1994.
דעם 19טן יוני האָט אַ דעלעגאַציע פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה דורכגעפֿירט אַ דערמאָנונג־אַקט אין כּפֿר־סבא, ישׂראל, בײַם מאָנומענט, װאָס דערמאָנט די 85 אומגעקומענע אינעם אַטענטאַט אויפֿן קהילה־בנין.
די דעלעגאַציע האָט באַזוכט די אַרגענטינער אַמבאַסאַדע אין ישׂראל, דעם 22 סטן יוני, און האָט אויסגעצייכנט דעם אַמבאַסאַדאָר קאַרלאָס פֿאַוסטינאָ גאַרסיאַ פֿאַר זײַן פֿאַרשפּרייטן די טעטיקייטן פֿון דער קהילה, כּסדר זיך באַטייליקן אין אַלע אונטערנעמונגען לטובֿת די אויפֿקלערונגען פֿון ביידע אַטענטאַטן, און אַרויסהעלפֿן מיט ראָט און טאַט אַלע אונטערנעמונגען פֿון אַרגענטינער ייִדן.
מיטװאָך, דעם 24סטן יוני, איז פֿאָרגעקומען אַ רונדער טיש אין דער קהילה, אָרגאַניזירט פֿון דער פּאָליטישער גרופּירונג „אייניקייט‟, װאָס שטעלט זיך צו צו די קהילה־װאַלן. די טעמע איז געװען, „די צוקונפֿט פֿונעם ייִשובֿ‟. די באַטייליקטע, אינזשעניר מענדל יונאָװיטש, געװעזענער פֿאָרזיצער פֿון דער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע, און גבֿריאל גוטעסמאַן, פֿאָרזיצער פֿון דער „נחמן געזאַנג־שול‟ האָבן אויסגעדריקט זייער אומרו לגבי די באַציִונגען פֿונעם ייִשובֿ מיט דער אַרגענטינער רעגירונג און דעם אויפֿקום פֿון אַ ייִדישער גרופּע, װאָס איז שטאַרק פֿאַרבונדן מיט דער איצטיקער אַרגענטינער פּאָליטיק, און לייקנט די אָנפֿירערשאַפֿט פֿונעם ייִשובֿ. מען האָט אויך דערמאָנט, אַז װאַלדאָ װאָלף, װיצע־פֿאָרזיצער פֿון דער „דאַיאַ‟, האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון זײַן אַמט צו װערן אַ קאַנדידאַט װי אַ דעפּוטאַט פֿון דער אָפּאָזיציע אין די קומענדיקע נאַציאָנאַלע װאַלן אין חודש אָקטאָבער.
דער ראַבינער סערגיאָ בערמאַן איז שוין אַ דעפּוטאַט פֿון דער אָפּאָזיציע אין פּאַרלאַמענט פֿון דער שטאָט, און דער געװעזענער קאַסיר פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה, דער ראַבינער סערגיאָ שפּאָלסקי, װאָס איז געװאָרן אַ געשעפֿטמאַן (װאָס האָט, מיט דער הילף פֿון דער רעגירונג, אָפּגעקויפֿט צײַטונגען, ראַדיאָ־סטאַנציעס און טעלעװיזיע־קאַנאַלן), איז געװאָרן אַ קאַנדידאַט צו װערן בירגערמײַסטער פֿון דער שכנותדיקער שטאָט „טיגרע‟, אַ 30 ק״מ פֿון בוענאָס־אײַרעס.
דער ייִשובֿ איז צעשפּאָלטן, און דער תּהום װערט גרעסער פֿאַר די קומענדיקע װאַלן.
די שטאָט בוענאָס־אײַרעס האָט פּרעזענטירט דאָס בוך „זעקס יאָר מעצענאַטן־געזעץ אין דער שטאָט‟. דער געזעץ דערמעגלעכט, אַז יחידים און אונטערנעמונגען, װאָס צאָלן שטײַערן דער שטאָט, זאָלן אָנװענדן אָט די שטײַערן צו פּראָיעקטן פֿון אינסטיטוציעס, װעלכע דער קולטור־מיניסטעריום האָט גוטגעהייסן. די בוענאָס־אײַרעסער קהילה, דער אַרגענטינער „ייִװאָ‟ און אַנדערע ייִדישע אינסטיטוציעס האָבן אַזוי אַרום באַקומען אַ סך פֿאָנדן פֿאַר זייערע פּראָיעקטן.
דער פּאָרטוגעזישער קאָנסול אין דער פֿראַנצייזישער פּאָרטשטאָט באָרדאָ, אַריסטידעס דע סאָוסאַ מענדעס, איינער פֿון די צדיקי־אומות־העולם, װאָס האָט בעת דעם חורבן געראַטעװעט אַ 3000 ייִדן איז, באַערט געװאָרן אין דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס. אינעם פּאַרק „פּאָרטוגאַל‟ האָט מען אַנטדעקט אַ טאָװל צו די 75 יאָר נאָך זײַן טויט אין 1940.
דאָס געריכט האָט אָפּגעלייגט אויף נאָך אַ װאָך דעם פּסק־דין, צי דער אָפּמאַך מיט איראַן איז קאָנסטיטוציאָנעל. מען װייסט ניט די סיבות, כאָטש מען האַלט, אַז דאָס איז אַ פּראָדוקט פֿון אינערלעכע דיסקוסיעס אינעם פֿעדעראַלער קאַמער.
נאָך דעם װי דער פּרעמיער־מיניסטער נתניהו האָט באַדאַנקט דעם אורוגװײַער פּרעזידענט טאַבאַרע װאַזקעז פֿאַר זײַן הילף אין אינטערנאַציאָנאַלע פֿאָרומס און אים גערופֿן „מײַן טײַערער פֿרײַנד‟, האָט די מאָנטעװידעער פּאָליציי געפֿונען אַ פֿאַלשע באָמבע אינעם בנין, וווּ עס פֿונקציאָנירט די ישׂראל־אַמבאַסאַדע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.