אַ חסידישער סיכסוך איבער אַן „אײַפֿאָן‟

A Viral Argument over a Smart Phone

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 26, 2015, issue of July 24, 2015.

ניט געקוקט אויף די אַלע באַמיִונגען פֿון די רבנים, די אַלע אַסיפֿות, שטראַשונקעס און איסורים, באַנוצט מען אַלץ מער די „קלוגע־טעלעפֿאָנען‟ אין די חסידישע קרײַזן. ניט אַלע זענען, פֿאַרשטייט זיך, צופֿרידן מיט דעם, און דער ווידערשטאַנד קעגן די נײַע טעכנאָלאָגישע מיטלען בלײַבט גאַנץ גרויס. ס׳איז שוין אָבער אַלעמען קלאָר, אַז ס׳זענען פּשוט ניטאָ קיין עפֿעקטיווע טריט, וואָס די רבנים קענען אָננעמען, וואָס וואָלטן געביטן דעם מצבֿ. בקיצור, עס וועלן די „סמאַרטפֿאָנס‟ בלײַבן אַ טייל פֿונעם חסידישן לעבן.

לעצטנס, איז פֿאַרשפּרייט געוואָרן דורך „פֿייסבוק‟, „טוויטער‟ און „וווּאַטסאַפּ‟ אַ טשיקאַווער ווידעאָ, וואָס ווײַזט ווי אַ חסידישער בחור אין ישׂראל, וואָס פֿירט אָן מיט אַ געשעפֿט, ווערט געמוסרט פֿון אַ קונה, וואָס וויל, אַז דער קרעמער זאָל באַהאַלטן זײַן „אײַפֿאָן‟, כּדי די קינדער זאָלן עס ניט זען. די צוויי טענהן זיך אויס אויף אַ געשמאַקן חסידישן ייִדיש, און דער בחור שעלט אַפֿילו זײַן קעגנער.

כּדאַי צו באַמערקן אַ פּאָר טשיקאַווע אַספּעקטן פֿונעם ווידעאָ: ערשטנס, קען מען בולט זען דעם ריס צווישן די דורות; דער עלטערער ייִד האַלט, אַז דער טעלעפֿאָן איז פּשוט טרייף־פּסול, און אַז ס׳איז אַ חוצפּה צו דערלאָזן, אַז אומשולדיקע קינדער זאָלן עס זען. ער זאָגט אויך, אָבער, דעם בחור, אַז ער מעג יאָ האָבן יענע, „טומאהנע טעכנאָלאָגיע‟, אַבי מע זאָל עס ניט זען.

פֿון זײַן זײַט, האַלט דער בחור, אַ פּנים, אַז דער גאַנצער ענין איז לעכערלעך און ס׳איז ניט כּדאַי צו לייגן קיין אַכט אויף דעם, וואָס דער עלטערער ייִד וויל. ווען דער ייִד וואָרנט אַנדערע ניט אַרײַנצולאָזן קיין קינדער אינעם געשעפֿט, ווערט דער בחור אַפֿילו מער אײַנגעעקשנט און ס׳איז קלאָר, אַז דער גאַנצער סיכסוך גייט אים פּשוט ניט אָן.