העלענאַ טשערנעק און אַלעקסאַנדער פּרוגאַר פֿאָרן איבער גאַנץ פּוילן, סײַ ווי קינסטלער, סײַ ווי אַרכעאָלאָגן: זיי זוכן שפּורן פֿון מזוזות אויף די ייִדישע הײַזער, וואָס זענען פֿאַרלאָזט געוואָרן בעת דעם חורבן.
ווי אַ טייל פֿון זייער פּראָיעקט, Mezuzah From This Home [מזוזה פֿון דער דאָזיקער היים], זוכן זיי „צייכנס פֿון עקזיסטענץ‟ אויף די שטידלען איבערן לאַנד. אין אַ סך פֿאַלן, זענען די צייכנס בלויז אויסגעליידיקטע גריבלעך אינעם האָלץ. די קינסטלער שאַפֿן בראָנדזענע מזוזות, ווי אַ מיטל אויפֿצולעבן דעם אָריגינאַל. אַ סך פֿון די מזוזות ווערן באַשטעלט פֿון די קרובֿים פֿון יענע ייִדן, וואָס האָבן אַמאָל געוווינט אין די הײַזער. דערבײַ האָפֿן זיי צו פֿאַרוואַנדלען אַ טרויעריקע משפּחה־געשיכטע אין אַ סימבאָל פֿון אויפֿלעב.
„מיר האָבן בדעה צו גיין פֿון דאָרף צו דאָרף, צו געפֿינען די שפּורן,‟ האָט דער 28־יאָריקער טשערנעק באַטאָנט. ערבֿ דעם חורבן האָבן אין פּוילן געוווינט בערך 3.5 מיליאָן ייִדן.
טשערנעק און פּרוגאַר האָבן געגרינדעט „מי פּולין‟, אַ הײַנטצײַטיקע סטודיע פֿון יודאַיִקאַ־דיזײַן, אין 2014. ביז איצט האָבן זיי שוין אויסגעפֿורעמט 17 מזוזות.
קיין סך צײַט איז זיי נישט פֿאַרבליבן, ווײַל ס׳רובֿ פֿון די בנינים זענען שוין זייער אַלט, ווערט עס אַלץ שווערער צו געפֿינען די שפּורן פֿון די מזוזות. בײַ אַ טייל פֿון די געבײַדעס, וואָס מע האָט רעמאָנטירט, האָט מען די שטידלען אין גאַנצן אַראָפּגעריסן.
עריק זילבערמאַן, אַ מעדיצינישער סטודענט אין ניו־יאָרק, האָט זיך פֿאַרבונדן מיט „מי פּולין‟, כּדי צו באַשטעלן אַ מזוזה. דער 24־יאָריקער גראַדואַנט פֿון פּרינסטאָן־אוניווערסיטעט איז געהאַט געפֿאָרן קיין פּוילן, אַ דאַנק אַ „פֿולברײַט‟־סטיפּענדיע, כּדי אויסצופֿאָרשן און שרײַבן וועגן זײַן משפּחהס איבערלעבונגען בעת דעם חורבן, און ווען ער איז צוגעקומען צו זײַן זיידנס אַמאָליקן הויז אינעם שטעטל שעברעשין, האָט ער, אַ געפּלעפֿטער, דערזען דעם זכר פֿון אַ מזוזה.
„מיר זענען נישט געווען זיכער, צי דאָס איז טאַקע געווען זײַן שטוב, אָבער ווען כ׳האָב דערזען דאָס אָרט, וווּ ס׳איז אַ מאָל געהאָנגען אַ מזוזה, בין איך שוין געווען זיכער, אַז דאָס איז עס טאַקע,‟ האָט זילבערמאַן דערקלערט.
אינעם זעלבן טאָג ווי זילבערמאַן האָט דאָס אַנטדעקט, האָבן טשערנעק און פּרוגאַר זיך טאַקע געפֿונען אין יענעם ראַיאָן, האָבן זיי אים גלײַך געמאַכט אַן אָפּדרוק דערפֿון. די מזוזה הענגט איצט בײַם אַרײַנגאַנג פֿון זילבערמאַנס אַמאָליק הויז אין לינקאָלנוויל, אילינוי.
רות עליאַס, וואָס וווינט אין מיניאַפּאָליס, האָט זיך געטראָפֿן מיט די קינסטלער פֿאַראַיאָרן אויפֿן ייִדישן קולטור־פֿעסטיוואַל אין קראָקע, און זיי געבעטן צו מאַכן אַ מזוזה פֿון איר טאַטנס אַמאָליקער שטוב אין טשענסטאָכאָוו. „מײַנע עלטערן האָבן שטאַרק געליטן אינעם חורבן — האָט זי געזאָגט — אָבער זיי האָבן באַוויזן אויפֿצובויען אַ נײַ לעבן אין אַמעריקע, און דערפֿאַר איז מיר וויכטיק אָפּצוגעבן כּבֿוד די קרובֿים, וואָס איך האָב קיין מאָל נישט געקענט.‟ עליאַס פּלאַנירט אײַנצורעמען די מזוזה אין „פּלעקסיגלאַס‟ און עס אויפֿהענגען אין איר הויז אין מיניאַפּאָליס, מיט דער אויפֿשריפֿט: „ס׳איז אַ גרויסער נסיון אָנצוגיין ווײַטער נאָכן חורבן, און גלײַכצײַטיק אָנצוהאַלטן דעם אָנדענק פֿון אונדזערע פֿאַרלוירענע קרובֿים דורך אָט דער מזוזה.‟
אַ טייל פֿון די „מי פּולין‟ מזוזות און טשערנעקס געמעלן פֿון ייִדישן לעבן אין פּוילן געפֿינען זיך הײַנט אויף אַן אויסשטעלונג בײַם „פּענינסולאַ ייִדישן קהילה־צענטער‟ אין פֿאָסטער־סיטי, קאַליפֿאָרניע, און אויך אינעם וואַרשעווער „מוזיי פֿון דער געשיכטע פֿון די פּוילישע ייִדן‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.