ווי בײַ כּמעט אַלע אַשכּנזישע פּאָרפֿעלקער אין מעקסיקע האָט מען געפֿירט אַרטוראָ קערבל־שײַן און טאַמאַראַ גליסאָן צו דער חופּה אין אַ טראַדיציאָנעלער אָרטאָדאָקסישער צערעמאָניע גאַנץ שפּעט בײַ נאַכט, נאָך עלף אַזייגער. אַנדערש פֿון אַלע אַנדערע הײַנטצײַטיקע מעקסיקאַנער ייִדישע חתונות האָט מען, אָבער, געשפּילט דווקא אַ ליד אויף ייִדיש, אַ ייִדישן נוסח פֿון שעלדאָן האַרניקס „זונאויפֿגאַנג, זונפֿאַרגאַנג‟ פֿונעם מוזיקל „דער פֿידלער אויפֿן דאַך‟, בעת מע האָט באַגלייט די כּלה צו דער חופּה. אַזאַ אויסקלײַב איז געווען בפֿירוש פּאַסיק צוליב דעם, וואָס טאַמאַראַ און אַרטוראָ זענען די צוויי פּראָמינענטסטע יונגע מעקסיקאַנער ייִדישיסטן און מסתּמא די איינציקע מעקסיקאַנער חתן־כּלה פֿון זייער דור, וואָס זייער שדכן איז געווען ייִדיש.
כאָטש אַרטוראָ קערבל־שײַן און טאַמאַראַ גליסאָן זענען ביידע אויפֿגעוואַקסן אין דער שטאָט מעקסיקע, האָבן זיי זיך געטראָפֿן צום ערשטן מאָל אין ניו־יאָרק, וווּ טאַמאַראַ האָט דעמאָלט שטודירט ייִדיש. אַרטוראָ, וואָס צו יענער צײַט האָט געאַרבעט אין ניו־יאָרק מיט גײַסטיק־קראַנקע שפּאַניש־רעדנדיקע, ווי אַ טייל פֿון זײַנע שטודיעס צו ווערן אַ פּסיכאָלאָג, האָט שוין פֿליסיק געקענט ייִדיש פֿון זײַנע קינדער־יאָרן אין מעקסיקע, וווּ ער האָט זיך אויסגעלערנט די שפּראַך אין אַ דאָרטיקער ייִדישער טאָגשול. אַ לעבנסלאַנגער אַקטיוויסט לטובֿת דער ייִדישער שפּראַך אין מעקסיקע, האָט אַרטוראָ געקעמפֿט קעגן דעם באַשלוס פֿון זײַן שול צו לערנען ווייניקער ייִדיש און שפּעטער זיך אָפּצוזאָגן פֿון לערנען ייִדיש אין גאַנצן. צוליב דעם וואָס טאַמאַראַ האָט זיך גענייטיקט אין עמעצן, צו שמועסן אויף ייִדיש, האָט אַ מיידל, וואָס אַרטוראָ האָט געקענט פֿון דער „ייִדיש־וואָך‟ (וווּ ער איז געווען צו 14 יאָר), אים פֿאָרגעשטעלט טאַמאַראַן.
די צוויי מעקסיקאַנער ליבהאָבערס פֿון ייִדיש האָבן זיך אין גיכן פֿאַרליבט. ס׳איז אָבער געווען איין פּראָבלעם: אַרטוראָ האָט געדאַרפֿט אין גיכן אָפּפֿאָרן קיין ענגלאַנד, כּדי ממשיך צו זײַן זײַנע שטודיעס. אָפּגעזונדערט איינער פֿונעם אַנדערן, האָט דאָס פּאָרפֿאָלק זיך געטראָפֿן אין פֿינף לענדער במשך פֿונעם קומענדיקן יאָר.
אַזאַ אינטערנאַציאָנאַלקייט האָט מען אויך געפֿילט אַ פּאָר יאָר שפּעטער אויף זייער חתונה. די געסט — פֿון ישׂראל, קאַנאַדע, האָלאַנד, פֿראַנקרײַך, און איבער דער לענג און ברייט פֿון אַמעריקע און מעקסיקע — האָבן אָנגעפֿילט די היסטאָרישע שיל „כוסטאָ טיעראַ‟ אין דער אַלט־שטאָט פֿון מעקסיקע. די שיל, געבויט אויפֿן סמך פֿון דער באַקאַנטער „כאָר־שיל‟ אין ווילנע, האָט געקלונגען מיט די טראַדיציאָנעלע תּפֿילות, געזונגען דורכן חזן מיט אַ בפֿירוש־ליטווישער הבֿרה. די דרשות האָט דער רבֿ אָפּגעהאַלטן אויף שפּאַניש.
נאָך דער צערעמאָניע זענען די געסט געפֿאָרן אין אַ געוועזענעם מאָנאַסטיר, וואָס איז הײַנט אַן עלעגאַנטער חתונה־זאַל. דאָרטן האָט מען סערווירט אַ כּשרע מעקסיקאַנער וועטשערע אַרום 1 אַזייגער בײַ נאַכט. נאָכן אָפּעסן האָט מען געשפּילט אַ ריי ייִדישע לידער, וואָס כּמעט אַלע מעקסיקאַנער ייִדן אין זאַל האָבן אונטערגעזונגען, געוויזן בילדער פֿון די חתן־כּלה ווי קינדער, און שעהען לאַנג געטאַנצט צום טאַקט פֿון פּאָפּולערער אַמעריקאַנער און מעקסיקאַנער מוזיק.
ווי עס פֿירט זיך בײַ חתונות, האָט מען צוגעטיילט די זיץ־ערטער בײַם טיש אַזוי, אַז די געסט זאָלן וויסן מיט וועמען זיי זיצן. בין איך געזעסן צווישן די אויסלענדישע ייִדישיסטן. אויף דער חתונה איז געקומען אַ גאַנצע „דעלעגאַציע‟ פֿון ייִדיש־רעדנדיקע חבֿרים פֿון אַרטוראָ און טאַמאַראַ, מיט וועמען זיי האָבן זיך באַקענט אויף די ייִדיש־קורסן און פּראָגראַמען אין פֿאַרשידענע לענדער. אַ דאַנק דער דאָזיקער דעלעגאַציע האָט מען טאַקע געהערט ווי יונגע־לײַט רעדן ייִדיש אויף דער חתונה, עפּעס וואָס איז כּמעט זיכער ניט פֿאָרגעקומען אויף אַ מעקסיקאַנער חתונה שוין לאַנגע יאָרן.
5:30 אין דער פֿרי האָט מען סערווירט פֿרישטיק, „נאַטשאָס‟ מיט סמעטענע, פֿאַסאָליעס און אַ גרינעם סאָוס, און די מידע געסט זענען אַהיימגעפֿאָרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.