אין אַשקלון איז לעצטנס דורכגעפֿירט געוואָרן דער יערלעכער אַל־ישׂראלדיקער פֿעסטיוואַל פֿון כאָרן, וואָס זינגען אויף ייִדיש. ער קומט שוין פֿאָר אָט דאָס 30סטע יאָר, און נעמט צונויף אַ גרויסן עולם. ווי עס באַטאָנען מיכאל און פֿאַיִנע לײַנוואַנט — ער דער רעזשיסאָר פֿונעם פֿעסטיוואַל, און זי אַ פּיאַניסטקע — וואַקסט נישט בלויז די צאָל פֿון די באַטייליקטע כאָרן, נאָר אויך זייער קוואַליטעט.
אינעם רעפּערטואַר פֿון די כאָר־קאָלעקטיוון געפֿינט מען אַ סך פֿאָלקסלידער, לידער, געשאַפֿן פֿון קאָמפּאָזיטאָרן, ווי אויך איבערגעזעצט פֿון אַנדערע שפּראַכן. למשל, איינער אַ כאָר האָט אויסגעפֿירט דעם פֿינאַל פֿון בעטהאָווענס 9טער סימפֿאָניע, וווּ די „Ode an die Freude‟ „אָדע צו פֿרייד‟ — איז געזונגען געוואָרן אין ייִדיש.
הײַיאָר האָבן אינעם כאָר־פֿעסטיוואַל זיך באַטייליקט בערך 400 מענטשן פֿון 20 כאָרן, געקומען פֿון 9 שטעט — איין כאָר נישט ענלעך צום אַנדערן סײַ מיט זייער רעפּערטואַר און סײַ מיט זייער צוגאַנג צו דעם זשאַנער. איך האָב געפֿרעגט בײַ פֿאַיִנע לײַנוואַנט, ווי אַזוי עס איז בכלל געקומען דער אײַנפֿאַל דורכצופֿירן אַזאַ פֿעסטיוואַל? האָט זי מיר דערציילט, אַז מיט יאָרן צוריק, אין דער צײַט פֿון דער אַזוי גערופֿענער „גרויסער עליה‟, זײַנען געקומען מענטשן פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, פּוילן, רומעניע, וואָס דאָס ייִדישע ליד איז זיי געווען טײַער און היימיש. דווקא דער פֿאַקט האָט זיי אַלע דערנענטערט און פֿאַראייניקט אין כאָרן. אין יענער צײַט איז זייער אַקטיוו געווען אין אַשקלון דער ייִדיש־טוער רפֿאל בלומענטאַל. ער איז געוואָרן דעם הויפּט־כּוח צו שאַפֿן אַ ייִדישן פֿעסטיוואַל פֿון כאָר־מוזיק דאָ אין שטאָט.
פֿאַר אַשקלון איז עס זייער אַ וויכטיקע אונטערנעמונג, געשטיצט פֿון דער שטאָט־אַדמיניסטראַציע, וואָס ווערט דורכגעפֿירט אין די גרעסטע און שענסטע זאַלן. הײַיאָר איז עס פֿאָרגעקומען אינעם ריזיקן זאַל פֿון אינטערנאַציאָנאַלן קאָנגרעס־צענטער. ווי אַ ספּאָנסאָר האָט זיך אויך אָנגעשלאָסן די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש.
אויפֿגעעפֿנט האָט דעם פֿעסטיוואַל בראָניע דריטער, איינע פֿון די ערשטע תּושבֿים אין אַשקלון, אַ לעבן געבליבענע נאָכן חורבן. זי האָט באַגריסט די געסט און באַטייליקטע אויף מאַמע־לשון און איבערגעלייענט אַ ליד וועגן ייִדיש. די פּראָגראַם איז געפֿירט געוואָרן אויף דרײַ שפּראַכן: עבֿרית, ייִדיש און רוסיש. אין די ראַמען פֿון אַן אַרטיקל איז אוממעגלעך צו דערציילן וועגן אַלע 20 כאָרן, וואָס האָבן זיך אינעם פֿעסטיוואַל באַטייליקט; דעריבער וועל איך נאָר אָנצייכענען אייניקע אַלגעמיינע מאָמענטן, כאַראַקטעריסטיש פֿאַר אַלע באַטייליקטע.
וואָס האָט פֿאַראייניקט די מענטשן אין דעם אָוונט? קודם־כּל, דער גרויסער ענטוזיאַזם און דאָס ווילן צו זינגען צוזאַמען ייִדישע לידער. און ס‘האָט זיך אַ טראַכט געטאָן: ווי גרויס איז פֿון דעסטוועגן, דער בײַטראָג פֿון דער „רוסישער עליה‟ אין דער אַלגעמיינער קולטור פֿון ישׂראל. כּמעט אַלע דיריגענטן פֿון די כאָרן, ווי אויך די קאָנצערט־מײַסטערס זײַנען דאָך גראַדואַנטן פֿון די סאָוועטישע מוזיקאַלישע לערן־אַנשטאַלטן. דווקא זיי האָט זיך אײַנגעגעבן אויפֿצוהייבן דעם ניוואָ פֿון די אַמאַטאָרישע קאָלעקטיוון צו אַ כּמעט פּראָפֿעסיאָנעלער מדרגה.
און נאָר איינע, אָבער זייער אַ וויכטיקע באַמערקונג פֿאַר אַלע כאָרן — די דיקציע, דאָס קלאָר אַרויסרעדן (אַרויסזינגען) די ייִדישע טעקסטן. ס‘וואָלט געווען זייער ניצלעך, ווען מיט די כאָריסטן וואָלט זיך פֿאַרנומען אַ שפּראַך־קאָנסולטאַט. וואָס שייך דאָס אינטערפּרעטירן אייניקע לידער, האָט מיר אויסגעזען מאָדנע, אַז אַזאַ דראַמאַטיש ליד, ווי „זאָל שוין קומען די גאולה‟, איז ממש פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ פֿריילעכן שלאַגער.
פֿאַרשטייט זיך, אַז מײַנע באַמערקונגען וועלן נישט קאַליע מאַכן דעם אַלגעמיינעם אײַנדרוק פֿון דער מוזיקאַלישער געשעעניש אין אַשקלון, ס‘וואָלט זיך אָבער געוואָלט האָפֿן, אַז מע וועט זיך צו זיי צוהערן. איך וויל מײַנע נאָטיצן פֿאַרענדיקן מיט די ווערטער, וואָס האָבן באַגלייט דעם ניו־יאָרקער „קולטורפֿעסט‟: „דער ייִדישער טעאַטער האָט נישט קיין כּוח צו שטאַרבן!‟ כּל־זמן עס עקזיסטירן אַזעלכע וויכטיקע קולטור־אונטערנעמונגען, בתוכם דער כאָר־פֿעסטיוואַל אין אַשקלון, און אַזעלכע ענטוזיאַסטן וועט ייִדיש נישט האָבן קיין כּוח צו שטאַרבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.