הינטער די קוליסן פֿון „שמואל־613‟

Behind the Scenes of “Samuel-613”

שמואל לייבאָוויץ און די אַנדערע באַטייליקטע פֿון דער פֿילם־קאָמאַנדע גרייטן זיך אויסצושפּילן אַ סצענע פֿונעם פֿילם
שמואל לייבאָוויץ און די אַנדערע באַטייליקטע פֿון דער פֿילם־קאָמאַנדע גרייטן זיך אויסצושפּילן אַ סצענע פֿונעם פֿילם

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published June 28, 2015, issue of July 24, 2015.

דער זשאַנער פֿונעם קורצן פֿילם איז אָפֿט שווער צו באַגרײַפֿן פֿאַרן פּשוטן צוקוקער, ווײַל דער ציל דערפֿון איז געוויינטלעך נישט צו דערציילן אַ מעשׂה, נאָר אָפּצושפּיגלען אַ געוויסן מאָמענט אין צײַט, אָפֿט מאָל אויף אַ קינסטלערישן, אימפּרעסיאָניסטישן אופֿן.

דער 20־מינוטיקער ייִדיש־און־ענגלישער פֿילם, Shmuel-613 (זעט אונטן), וואָס איז פֿילמירט געוואָרן אין דער חסידישער געגנט סטאַמפֿאָרד היל, ענגלאַנד, דערגרייכט דעם דאָזיקן ציל דורך שילדערן דעם אָנגעווייטיקטן מצבֿ פֿון אַ געגטן חסיד, שמילו, וואָס קען זיך מער נישט געפֿינען קיין אָרט אין דער חסידישער וועלט, אַנטלויפֿט דערפֿון, אָבער ווערט אַזוי אָנגעשיכּורט מיט זײַן נײַער פֿרײַהייט, אַז ער ווייסט אַליין נישט ווי אַזוי זיך אַן עצה צו געבן.

אין איין סצענע, למשל, וואָס קומט פֿאָר גלײַך נאָך זײַן „באַפֿרײַונג‟, זעט מען ווי שמילו טאַנצט ממש אונטער, בשעת ער פּרעגלט עטלעכע שטיקלעך חזיר־פֿעטס. ווען דאָס מאכל איז שוין גרייט, אַנשטאָט זיך אַוועקצוזעצן בײַם טיש און עס עסן לײַטיש מיט גאָפּל־לעפֿל, כאַפּט שמילו די שטיקלעך פֿעטס מיט ביידע הענט, און שטאָפּט אָן אַ פֿול מויל דערפֿון — ווי ער וואָלט בוכשטעבלעך אויסגעשפּילט דאָס ייִדיש ווערטל, „אַז מע עסט חזיר, זאָל רינען איבער די באַקן‟.

שמילו איז אָבער נישט פֿאַרטיק. אין אַ מין נערוועזן עקסטאַז, פֿאַרהענגט ער די אויערן מיט די שטיקלעך חזיר־פֿעטס, ווי זיי וואָלטן געווען פּאות, און וואַרפֿט זיי דערנאָך אויף דער וואַנט מיט אַזאַ כּוח, אַז זיי קלעפּן זיך צו. דער צוקוקער לאַכט פֿון דער אַבסורדישער סצענע, אָבער מע דערפֿילט גלײַכצײַטיק די מוראדיקע צעטומלונג פֿון אַ בחור, וואָס האָט פֿאַרלוירן די פֿעיִקייט צו קענען באַהערשן זײַנע אימפּולסן.

דעם פֿילם האָט מען שוין געוויזן אויפֿן „ניו־יאָרקער אינטערנאַציאָנאַלן קינאָ־פֿעסטיוואַל‟; אויפֿן קינאָ־פֿעסטיוואַל אין ברוקלין; אין פּאַם־ספּרינגס, פֿלאָרידע, און געפֿינט זיך איצט אויף דער וועבזײַט פֿון Dazed, אַ זשורנאַל פֿון מאָדע, קונסט און קולטור.

הגם בילי לאָמבי, דער רעזשיסאָר פֿון Samuel-613, איז נישט אויפֿגעוואַקסן אין דער חסידישער וועלט, און איז אַפֿילו נישט קיין ייִד, האָט דער פֿילם אַן אויטענטישן טעם, בפֿרט בײַם שילדערן די שמועסן צווישן שמילו (געשפּילט פֿון טעאָ באַרקלים־ביגס) און זײַן טאַטן (שמואל לייבאָוויץ).

דער רעזשיסאָר, בילי לאָמבי (לינקס)
דער רעזשיסאָר, בילי לאָמבי (לינקס)

די סיבה דערפֿאַר, האָט לאָמבי געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟, איז ווײַל ער האָט זיך שטאַרק באַמיט אַרײַנצוציִען אָרטיקע חסידים, געוועזענע חסידים און אַפֿילו נישט־חסידישע ייִדיש־קענער. אַ טייל פֿון די ענגלישע רעפּליקן, למשל, האָבן איבערגעזעצט ייִדן פֿון חסידישע היימען, און אַ טייל — ד״ר ברוריה וויגאַנד, אַ ייִדיש־לערערין אינעם „אָקספֿאָרד־צענטער‟. איינע פֿון די אַקטריסעס אינעם פֿילם האָט לאָמבי טאַקע געטראָפֿן בעת וויגאַנדס אָוונטן פֿון ייִדישער פּאָעזיע: בעלאַ קערידזש, וואָס שפּילט שמילוס באָבע.

„בעלאַ קערידזש איז אַ 93־יאָריקע פֿאָלקסזינגערין פֿון ייִדישע לידער, פֿונעם בעסאַראַבישן שטעטל אַקערמאַן,‟ האָט וויגאַנד געזאָגט, און צוגעגעבן, אַז איר זיידע איז געווען דער באַרימטער חזן יאַנקל דער הייזעריקער (יאַנקל גאָטליב), דער קאָמפּאָזיטאָר פֿונעם קדיש, וואָס מע זינגט הײַנט אין אַלע אַשכּנזישע קהילות איבער דער וועלט.

לאָמבי האָט געזאָגט, אַז ער איז געווען אַזוי פֿאַרכאַפּט פֿון בעלאַ קערידזשס ייִדיש געזאַנג, אַז ער האָט עס אַפֿילו רעקאָרדירט, אָבער אין לעצטן סך־הכּל, האָט ער פּשוט נישט געפֿונען קיין אָרט אינעם פֿילם, וווּ דאָס וואָלט זיך אַרײַנגעפּאַסט.

בעלאַ קערידזש, ווי די באָבע
בעלאַ קערידזש, ווי די באָבע

לאָמבין איז אַזוי שטאַרק געגאַנגען אין לעבן צו פֿאַרשטיין די חסידישע געזעלשאַפֿט, אַז ער האָט עטלעכע מאָל זיך אַפֿילו פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ חסיד, און געגאַנגען אַזוי אין שיל און אויף זיצונגען. „אַ מאָל איז עס מיר געלונגען, אָבער אַן אַנדערט מאָל האָט מען מיך ׳אַנטפּלעקט׳, וואָס האָט מיך געשטעלט אין אַן אמתער פֿאַרלעגנהייט,‟ האָט לאָמבי געזאָגט מיט אַ שמייכל.

לאָמביס באַשלוס צו פֿילמירן אין סטאַמפֿאָרד־היל האָט זיכער צוגעגעבן אויטענטישקייט, אָבער האָט אויך געשאַפֿן אומגעריכטע פּראָבלעמען. „עטלעכע מאָל בעת מיר האָבן דורכגעפֿירט אַ סצענע, זענען די אָרטיקע חסידים צוגעקומען צו אונדזערע אַקטיאָרן און זיי געפֿרעגט, צי אַלץ איז אין אָרדענונג, אָדער צי מיר טשעפּען זיך צו זיי,‟ האָט לאָמבי געזאָגט. „דאָס איז געווען אַן אמתער קאָמפּלימענט פֿאַר אונדזערע גרים־ און קאָסטיום־עקספּערטן.‟

שמואל לייבאָוויץ, וואָס שפּילט דער טאַטע אינעם פֿילם, האָט דערציילט וואָס ס׳האָט פּאַסירט, נאָך דעם, ווי אַ חסידישע אַלמנה האָט פֿאַרדונגען איר הויז דער פֿילמיר־מאַנשאַפֿט פֿון פֿרײַטיק ביז זונטיק, אָבער, אַוודאי, נישט אויף שבת. „די אַלמנה האָט אונדז געגעבן דעם שליסל און איז אַוועקגעפֿאָרן אויפֿן סוף־וואָך. איר פּלימעניצע האָט געוווינט די צווייטע טיר, אָבער האָט, ווײַזט אויס, נישט געוווּסט, אַז מיר ניצן איר טאַנטעס הויז צו פֿילמירן. זעענדיק ווי מיר גייען אַרײַן און אַרויס פֿון הויז, האָט זי מסתּמא געמיינט, אַז מיר זענען גנבֿים, האָט זי געקלונגען דער פּאָליציי. מיט אַ מאָל, בשעת מיר רעפּיטירן אונדזערע שורות אין הויז, דערהערן מיר ווי עמעצער ברעכט אײַן די הינטערשטע טיר — און ס׳קומט אַרײַן די פּאָליציי!

„׳וואָס טוט איר??׳ האָבן מיר אויסגעשריגן, און דערנאָך דערקלערט די פּאָליציאַנטן, אַז די אַלמנה האָט אונדז פֿאַרדונגען דאָס הויז צו מאַכן דעם פֿילם. ווען די אַלמנה האָט זיך דערוווּסט, וואָס ס׳איז געשען, האָט זי זיך שטאַרק אַנטשולדיקט. לייבאָוויץ האָט דערנאָך געפֿרעגט די פּלימעניצע, פֿאַר וואָס האָט זי פּשוט נישט אָנגעקלאַפּט אין דער טיר, און געפֿרעגט, ווער זיי זענען. איר ענטפֿער: „כ׳האָב מורא געהאַט!‟

לייבאָוויץ זאָגט, אַז ער האָט זיך שטאַרק אידענטיפֿיצירט מיט שמילו, ווײַל ער איז אַליין יונגערהייט אַנטלאָפֿן פֿון דער חסידישער קהילה אין סטאַמפֿאָרד־היל. (ס׳איז מסתּמא נישט קיין צופֿאַל, וואָס דער פֿילם הייסט טאַקע „שמואל־613‟.) „פּונקט ווי שמילו, האָב איך זיך אויך ערשט געהאַט געגט, און יעדער האָט געקוקט אויף מיר ווי אויף אַ נעבעך. ׳וואָס הייסט, מע גט זיך? ביסט נישט מער ווי אַן אויסוווּרף!׳ פֿלעג מען מיר זאָגן. טאַטע־מאַמע האָבן מיך געבעטן, אַז ווען איך קום אַהיים, זאָל איך נאָר אַרײַנגיין פֿון דער הינטערשטער טיר, ווײַל זיי האָבן נישט געוואָלט די שכנים זאָלן זען, אַז דער ׳גרוש׳ איז דאָ. האָב איך צו זיך געקלערט: ׳איך וועל נישט קומען — נישט פֿון די בעק און נישט פֿון די פֿראָנט.׳ כ׳האָב אײַנגעפּאַקט מײַנע זאַכן און זיך אַריבערגעקליבן קיין בעלגיע.‟

דער פּעסימיסטישער טאָן, וואָס מע דערפֿילט אין Samuel-613 איז מסתּמא, צום טייל, צוליב לייבאָוויצס אייגענער פּײַנלעכער איבערלעבונג: נאָכן אַנטלויפֿן פֿון דער היים איז ער געוואָרן פֿאַרמישט אין שמוגלען נאַרקאָטיק, און איז צוליב דעם געזעסן מער ווי נײַן יאָר אין תּפֿיסה. די National Geographic Channel האָט שוין אַרויסגעלאָזט צוויי דאָקומענטאַר־פֿילמען וועגן זײַן געשיכטע, מיטן נאָמען Hasidic King of Coke, און לייבאָוויץ האָפֿט, אַז מיט דער צײַט וועט ער אַליין קענען מאַכן אַ פֿילם דערפֿון.

זינט ער איז אַרויס פֿון תּפֿיסה, האָט לייבאָוויץ זיך אָבער אומגעקערט צו דער חסידישער קהילה. הײַנט היט ער שבת און דאַוונט דרײַ מאָל אַ טאָג מיט אַ מנין. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע חסידים וואָס זענען אַראָפּ פֿון דרך, און זאָגן, אַז ס׳איז זיכער געווען כּדאי, האַלט לייבאָוויץ, אַז דאָס איז געווען אַ גרויסער טעות.

„קיינער קען מיך נישט איבערצײַגן, אַז דאָס אַראָפּגיין פֿון דרך איז אַ גוטע זאַך,‟ האָט ער געזאָגט.