ס׳איז שוין פֿאַרבײַ אַכט חדשים זינט דער ייִדישער זשורנאַליסט סטיווען סאָטלאָף איז געקעפּט געוואָרן דורך ISIS, אָבער זײַן היימשטעטל פּײַנקרעסט, פֿלאָרידע — אַ פֿאַרמעגלעכער ייִשובֿ פֿון בערך 20,000 מענטשן, לעבן מיאַמי — זוכט ווײַטער מיטלעך ווי אויפֿצוהאַלטן זײַן אָדענק.
גלײַך נאָך דעם ווי ISIS האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ דרײַ־מינוטיקן ווידעאָ דעם 2טן סעפּטעמבער 2014, האָט די מעדיאַ זיך אַרײַנגעריסן אינעם שטעטל און בפֿרט אינעם „טעמפּל בת־עם‟, וווּ סאָטלאָפֿס קרובֿים זענען מיטגלידער. אויף דער לוויה אין דער סינאַגאָגע, צוויי טעג נאָך דער פֿאַרשפּרייטונג פֿונעם ווידעאָ, איז אין דער סינאַגאָגע פֿאָרגעקומען אַ הזכּרה־צערעמאָניע, וווּ עס זענען אויך בײַגעווען דער פֿלאָרידער גובערנאַטאָר ריק סקאַט און דער אַמעריקאַנער סענאַטאָר מאַרקאָ רוביאָ.
זינט דעמאָלט פֿירט אָן די בירגערמײַסטערין סיני לערנער, אַ פֿרײַנד פֿון די סאָטלאָפֿס, מיט אַ קאַמפּאַניע צו בויען אַן עפֿנטלעכן דענקמאָל אין זײַן אָנדענק, אינעם שיינעם שטאָטישן פּאַרק „פּײַנקרעסט גאַרדענס, וווּ עס געפֿינען זיך מער ווי 1,000 עקזאָטישע געוויקסן, אַ זאָאָלאָגישער גאָרטן, היסטאָרישע בנינים און קולטורעלע פּראָגראַמען.
לויטן פּלאַן, וואָלט דער דענקמאָל אַרײַנגענומען דרײַ קליינע וואַסערפֿאַלן, אַרומגערינגלט מיט טראָפּישע ביימער און געוויקסן. „ס׳וועט זײַן אַן אָרט, וווּ מע קען זיצן און מעדיטירן אונטערן שאָטן פֿון אַ באַניאַן־בוים, לעבן אַ סטעזשקע, וואָס פֿירט צו אַ שפּיל־גאָרטן און שווימבאַסיין פֿאַר קינדער,‟ האָט לערנער דערקלערט.
אינעם גאָרטן וועט שטיין אַ טאָוול מיט די דאַטעס פֿון סאָטלאָפֿס געבורט און טויט, ווי אויך אַ ציטאַט, וואָס מע האָט געלייענט אויף זײַן הזכּרה־צערעמאָניע, ציטירט פֿון זײַנעם אַ בריוו, וואָס ער האָט געשריבן זײַן משפּחה, און וואָס עמעצער האָט אַרויסגעשמוגלט פֿון לאַנד: „יעדער איינער האָט צוויי לעבנס. דאָס צווייטע לעבן הייבט זיך אָן, ווען מע דערוויסט זיך, אַז אין דער אמתן, האָט מען בלויז איין לעבן.‟
די משפּחה סאָטלאָף האָט אויך געגרינדעט אַ פֿונדאַציע, 2LIVES: Steven Joel Sotloff Memorial Foundation, צו באַזאָרגן זשורנאַליסטן און זייערע משפּחות מיט שטיצע, בעת די זשורנאַליסטן געפֿינען זיך אין געפֿערלעכע ערטער איבער דער וועלט. די פֿונדאַציע וועט אויך געבן סובסידיעס פֿאַר סטודענטן, וואָס ווילן שטודירן זשורנאַליזם, בפֿרט יענע, וועלכע ווילן דערציילן די געשיכטעס פֿון מענטשן אין סכּנותדיקע ערטער.
סאָטלאָפֿס אַלמאַ־מאַטער, דער אוניווערסיטעט פֿון צענטראַל־פֿלאָרידע, האָט אויך געגרינדעט אַ פֿאָנד צו געבן סטיפּענדיעס צו זייערע סטודענטן, וואָס שטודירן זשורנאַליזם, ווי אויך פֿאַר סימפּאָזיומס, לעקציעס און אַנדערע פּראָגראַמען אין שײַכות מיט זשורנאַליסטישע שטודיעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.