אַמסטערדאַם. — דאָס האָלענדישע קיניגלעכע הויז האָט געמאָלדן, אַז עס וועט אויספֿאָרשן די באַשולדיקונג, אַז די ייִדישע תּלמידים האָט מען אין 1951 אַרויסגענומען פֿון זייער קלאַסצימער אין דער Niew Baarnsche School אין באַאַרן, אַ שטעטל פֿינף מײַל מיזרח פֿון אַמסטערדאַם, ווײַל עס האָבן דאָרט זיך געלערנט צוויי פּרינצעסינס, אירענע און מאַרגריט.
די מעלדונג איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת, נאָך דער פּובליקאַציע פֿון אַ באַריכט אין דער האָלענדישער וואָכנבלאַט פֿון דער ייִדישער קהילה, Nieuw Israelitisch Weekblad. די באַזײַטיקונג פֿון די ייִדישע תּלמידים איז אַנטדעקט געוואָרן דורך באַרט וואַלעט, אַ היסטאָריקער בײַם אַמסטערדאַמער אוניווערסיטעט, וועלכער האָט געהאַלטן אין מיטן אויספֿאָרשן די באַציִונגען צווישן דעם האָלענדישן קיניגרײַך און דער אָרטיקער ייִדישער קהילה.
וואַלעט האָט געפֿונען אַ דאָקומענט, דאַטירט מיטן פֿעברואַר 1952, אין וועלכן דער דעמאָלטדיקער סעקרעטאַר פֿון דער ייִדישער קהילה’ בנימין וו. דע יאָנג, שרײַבט: „די קלאַסן, וווּ די פּרינצעסינס האָבן געזאָלט זיך לערנען, זענען צעטיילט געוואָרן אויף צוויי גרופּעס, און די קינדער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם האָט מען געשטעלט אין דער צווייטער גרופּע — די גרופּע, וואָס האָט נישט געהאַט די פּרינצעסינס.‟
וואַלעט האָט אויך אַנטדעקט, אַז די עלטערן פֿון די איבערגעפֿירטע ייִדישע קינדער האָבן זיך דעמאָלט געוואָנדן צום קיניגלעכן הויז מיט אַ פּראָטעסט. די פֿאַרשטאָרבענע קיניגין יויליאַנאַ, די באָבע פֿונעם איצטיקן האָלענדישן קעניג ווילעם־אַלעקסאַנדער, האָט געענטפֿערט די עלטערן מיט אַ בריוו, שרײַבנדיק, אַז די קיניגלעכע משפּחה „איז קיין מאָל נישט געווען, און וועט קיין מאָל נישט זײַן אַנטיסעמיטיש.‟
לויט דער האָלענדישער טאָגצײַטונג NRC Handelsblad, האָט יוליאַנאַ אָבער, אַ פּנים, קיין מאָל גאָרנישט געטאָן וועגן דער צעטיילונג פֿונעם קלאַס פֿון אירע טעכטער.
אין דער מעלדונג שבת, האָט אַ וואָרטזאָגער פֿונעם קיניגלעכן הויז געזאָגט דעם HRC Handelsblad: „דער מאַטעריאַל, וואָס איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן איז צו ערנסט, און די באַשולדיקונג — צו וויכטיק, אַז מיר זאָלן געבן אַ גיכן ענטפֿער,‟ און צוגעגעבן, אַז דאָס קיניגלעכע הויז וועט רעאַגירן דערויף אין אַ וואָך אַרום.
אין אַן עדיטאָריאַל, האָט די NIW דערקלערט, אַז דאָס באַזײַטיקן די ייִדישע קינדער „בלויז זעקס יאָר נאָכן חורבן איז נישט בלויז אַ פֿלעק אויף יוליאַנאַס הערב, נאָר אַן ערנסטע אויסמײַדונג פֿון דער געשיכטע.‟
וואַלעט האָט געזאָגט דער NRC, אַז הגם דאָס קיניגלעכע הויז האָט געהאַט אַ „פּאַסיווע שטעלונג‟ צו דער באַזײַטיקונג, האָט מסתּמא די פֿירערשאַפֿט פֿון דער אָנגעזעענער שול געמאַכט דעם באַשלוס, נאָך דעם ווי געוויסע אָנגעזעענע עלטערן האָבן געפּרוּווט פּועלן בײַ די מנהלים צו שטעלן זייערע קינדער אינעם זעלבן קלאַס מיט די פּרינצעסינס.
„די משפּחות, וואָס מע האָט נישט אַרײַנגעלאָזט אין יענעם קלאַס, האָבן נישט געהערט צו די ’אינעווייניקסטע קרײַזן‘ פֿון דער פּרעסטיזשפֿולער געזעלשאַפֿט, אַרײַנגערעכנט די אָרטיקע ייִדן,‟ האָט וואַלעט באַמערקט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.