דאָס אַמעריקאַנער פֿאָלק האָט אויסגעוויילט דעם פּרעזידענט אָבאַמאַ, כּדי ער זאָל טאָן פּונקט פֿאַרקערט אין מיטל־מיזרח איידער דזשאָרדזש בוש; איז פֿאַרוואָס פֿירט ער אַ מלחמה אין איראַק און סיריע, אין וועלכע ער דערלאָזט די זעלבע פֿעלערן, ווי בוש האָט געמאַכט אין אַפֿגאַניסטאַן און איראַק, אָבער נאָך מער עקסטרעם?
די „איסלאַמישע מדינה‟ (ISIS) איז נישט זייער שטאַרק. זי שעפּט כּוח פֿונעם טרויעריקן פֿאַקט, אַז די אַראַבישע אַרמייען זײַנען פּשוט שלעכטע. די איסלאַמישע מדינה איז קליין און איר שטיצע קומט נישט פֿון די אָרטיקע מענטשן, נאָר פֿון דעם, וואָס זי האָט אַ שם צו דערלאָזן מוסולמענישע יאַטן צו ווילדעווען. אין אַ נאָרמאַלער מדינה מיט אַ נאָרמאַלער רעגירונג וואָס הערשט איבער די גרענעצן און די וועגן, וואָלט די „איסלאַמישע מדינה‟ נישט געקענט אויסהאַלטן אַפֿילו איין טאָג.
בקיצור, עס וואָלט געווען רעלאַטיוו גרינג צו מאַכן אַ סוף צו דער „איסלאַמישער מדינה‟, אויב מען וואָלט גענוצט די ריכטיקע כּלים. צום באַדויערן, וועט די אַמעריקאַנער קאָאַליציע דאָס קיין מאָל נישט טאָן, ווײַל דעמאָלט וואָלט זי געדאַרפֿט פֿירן אַן אַסימעטרישע מלחמה, דאָס הייסט, אַ מלחמה צווישן אַן אַרמיי פֿון איין זײַט, און דער מיליץ פֿון דער צווייטער זײַט.
אַסימעטרישע מלחמות זײַנען נישט פּאָפּולער צוליב צוויי סיבות. ערשטנס, האָבן זיי געוויינטלעך נישט קיין קלאָרן סוף. אַ מלחמה צווישן מדינות ענדיקט זיך מיט עפּעס אַ הסכּם. אַ מלחמה קעגן אַ מיליץ ענדיקט זיך דערמיט, וואָס די מיליץ איז נישט מסוגל צו ברענגען ממש אַ גרויסן שאָדן. למשל, די קאָאַליציע וואָלט געקענט צעשטערן די אינפֿראַסטרוקטור פֿון דער „איסלאַמישער מדינה‟, אָבער זי וואָלט נישט געקענט אָפּשטעלן אַן עקסטרעמיסט, וואָס אַרבעט אַליין אין פֿראַנקרײַך, צו פּלאַנירן און דורכפֿירן אַן אַטענטאַט אין נאָמען פֿון אַבו באַקער אַל-באַגדאַדי.
די צווייטע סיבה איז, אַז אַן אַסימעטרישע מלחמה פֿאָדערט אַ גרויסע צאָל זעלנער אויפֿן שטח. לויט די כּללים פֿון מיליטערישער סטראַטעגיע דאַרף מען האָבן אַרום איין סאָלדאַט אויף 10 מיליץ־קעמפֿער. די ראָלע פֿון די סאָלדאַטן איז נישט ממש צו קעמפֿן קעגן דער מיליץ, נאָר צו האַלטן אַן אויג אויף די קעמפֿער; צו ווערן פֿרײַנדלעך מיט דער היגער באַפֿעלקערונג, אָפּשטעלן סײַ די וואָפֿנס, סײַ דאָס עסנוואַרג אויפֿן וועג צו דער מיליץ; און אין אַלגעמיין — מאַכן דאָס לעבן פֿאַרן שׂונא שווער, דערבײַ נישט דערלאָזן, אַז די היגע זאָלן פֿילן אַ סימפּאַטיע צו אים.
פּאָליטיש וועט אָבאַמאַ קיין מאָל נישט קענען שיקן גענוג זעלנער צו באַקעמפֿן „די איסלאַמישע מדינה‟. ער האָט אַפֿילו זיך געשוווירן, אַז קיין איין סאָלדאַט וועט נישט קעמפֿן „אויף דער ערד‟ פֿון מיטל־מיזרח. דאָ דערלאָזט אָבאַמאַ דעם זעלבן טעות ווי דזשאָרדזש בוש אין זײַן מלחמה אין איראַק.
בושס מלחמה אין איראַק איז געגאַנגען קאַפּויער דווקא צוליב דעם, וואָס מען האָט נישט געשיקט גענוג סאָלדאַטן. עס איז אויך נישט געווען קיין פּריאָריטעט, אַז די זעלנער זאָלן אַנטוויקלען גוטע באַציִונגען מיט די איראַקישע בירגער. נאָך צוויי יאָר פֿון גרויסע דורכפֿאַלן האָט בוש, צום סוף, געשיקט גרעסערע כּוחות און אָנגעהויבן האָבן מער הצלחה קעגן די פֿאַרשידענע מיליצן און טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציעס פֿון דער מדינה. אָבער פֿאַרן אַמעריקאַנער פֿאָלק איז עס שוין געווען צו שפּעט. די מלחמה איז זיי פּשוט נימאס געוואָרן; און „פּלוצעם‟ איז מען געוואָרן אַזוי אויפֿגעבראַכט צוליב דעם ראַסיסטישן און אימפּעריאַליסטישן כאַראַקטער פֿון דער מלחמה, אַז מ‘האָט אָנגעהויבן זאָגן, אַז די איראַקער זאָלן זיך לערנען צו שטיין אויף די אייגענע פֿיס.
לאָמיר שוין אָבער זאָגן דעם גאַנצן אמת. פּרעזידענט אָבאַמאַ באָמבאַרדירט אומשולדיקע מענטשן אין מיטל-מיזרח נאָר צוליב דעם, ער זאָל קאָנען זאָגן, אַז ער טוט כאָטש עפּעס קעגן דער „איסלאַמישער מדינה‟. עס איז אים גאָר נישט וויכטיק צו דערגרייכן דעם ציל; נאָר מיט אַ וואָך צוריק האָט די קאָאַליציע דערהרגעט 159 ציוויליע־לײַט, צווישן זיי 51 קינדער, לויט דער אינפֿאַָרמאַציע פֿון די סירישע אַָבסערוואַטאַָרן פֿון מענטשן־רעכט. מען ווייסט נישט פּינקטלעך וויפֿל מענטשן עס זײַנען דערהרגעט געוואָרן זינט דעם פֿאַרגאַנגענעם סעפּטעמבער, ווען מ‘האָט אָנגעהויבן צו באָמבאַרדירן, אָבער קלאָר איז, אַז די רעזולטאַטן פֿון די באָמבאַרדירונגען באַרעכטיקן נישט די צאָל אומגעבראַכטע.
אַמעריקע דאַרף אָננעמען אַ באַשלוס: אָדער די „איסלאַמישע מדינה‟ סטראַשעט אַמעריקע און מען מוז זי צעשטערן, וווּ זי געפֿינט זיך איצט, אָדער מען דאַרף קעמפֿן קעגן איר מיט אַנדערע מיטלען. אויב מען מוז פֿירן אַ מלחמה, איז דאָס אַמעריקעס אַחריות נישט צו דערלאָזן אין מיטל-מיזרח די זעלבע פֿעלערן, וואָס האָבן געבראַכט דעם ראַיאָן צו דעם מצבֿ, אין וועלכן ער געפֿינט זיך איצט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.