אין דער רעדאַקציע פֿון אַ ייִדישן זשורנאַל, וווּ כ׳בין אַ מיטגליד, איז געקומען צו רייד וועגן אַ באַליבטער טעמע מײַנער: ייִדישע ערטער-נעמען. איינער וואָס דרוקט דאָרטן אַן אַרטיקל, שרײַבט וועגן דעם שטעטל וואָס אויף פּויליש הייסט עס Ostrołęka, האָט דיסקוטירט מיט דער רעדאַקציע ווי דאַרף מען אויסלייגן דעם ייִדישן נאָמען פֿון דעם שטעטל.
נו, מאַכט זיך, אַז לויט די אינפֿאָרמאַציעס פֿון מרדכי שעכטער ע״ה, איז דער דורותדיקער נאָמען דווקא „עסטערלענקע“. מאַמע־לשון האָט נישט איין אָרט-נאָמען וואָס איז איבערגעפֿורעמט געוואָרן פֿונעם פֿאָלק אויפֿן סמך פֿון אַ מענטשלעכן — זייער אָפֿט אַ ווײַבערשן — נאָמען. דער נאָמען „אסתּר“ אַַליין פֿיגורירט אין „עסטערדין“ (פּויליש Sterdyń); אין „עסטערפּאָליע“, בעסער באַקאַנט ווי דאָס היימשטעטל פֿונעם לץ הערשעלע אָסטראָפּאָליער (אוקראַיִניש Staryy Ostropil, רוסיש Ostropol); און אינעם נאָמען פֿון טײַך Dniester, וואָס אויף ייִדיש איז עס אָדער „נעסטער“ אָדער „עסטער“. אַנדערע טשיקאַווע איבערפֿורעמונגען זענען „מזל־באָזשיץ“ (פּויליש Modliborzyce) און „עפּלמיץ“ (פּויליש Niepołomice). הײַנט וווּ איז „לעמב(ע)ריק“, וואָס האָט אויף דײַטש קודם געהייסן Löwenburg (burg איז טײַטש ‘שלאָס’ אָדער ‘שטאָט’), דערנאָכדעם Lemberg (berg איז דאָך ‘באַרג’) און אויף ייִדיש, אין פֿאָלק — „לעמבריק“, מיט „בריק“. אָבער נישט דאָס בין איך אויסן.
פֿאַר „עסטערלענקע“ בין איך נישט גרייט זיך אײַנצושטעלן, האָב איך רעקאָמענדירט „אָסטרעלענקע“, וווּ דער ערשטער עין גיט איבער די ייִדישע נטיה צו פֿאַרטונקלען אומאַקצענטירטע וואָקאַלן. דער שרײַבער האָט זיך אײַנגעשפּאַרט פֿאַר „אָסטראָלענקע“, בהסכּם מיטן פּוילישן אַרויסרייד און אויסלייג, מיטן תּירוץ, אַז אַזוי איז אָנגענומען אינעם פֿאַקטישן באַניץ אין משך פֿון די לעצטע הונדערט יאָר.
דער לייענער וועט זיך אַוודאי טראַכטן, וועמען גייט עס אָן אַזאַ דינינקער חילוק? בין איך אויך געקומען צו דעם אויספֿיר, אַז „אָסטרעלענקע“ איז אין תּוך אַרײַן אומרעלעוואַנט. דער פּרינציפּיעלער ענין איז אין גאַנצן אַן אַנדערער:
וואָס הייסט דער „פֿאַקטישער באַניץ“? אַ גרויסע צרה אין משך פֿון די גאַנצע 150 יאָר פֿונעם מאָדערנעם ליטעראַרישן לשון אונדזערן איז דאָס, וואָס אונדזער פּרעסע און אינטעליגענץ האָבן אַוועקגעמאַכט ס’טראַדיציאָנעלע לשון מיט דער האַנט און געוואָלט פֿאַרדײַטשמערישן, פֿאַרפּוילישן, פֿאַררוסישן מאַמע־לשון. בלויז די פֿילאָלאָגן און די בעלי־לשון, פֿון שלום־עליכמען אָן, האָבן זיך אַקעגנגעשטעלט. באַקלאָגט זיך דערוועגן האָבן יעקבֿ גלאַטשטיין, אפֿרים אויערבאַך, זלמן רייזען, ביידע ווײַנרײַכס, שלמה בירנבוים א״אַ. מיט אויערבאַכס ווערטער: „מיר האָבן דאָס ייִדישע לשון פֿאַרזשורנאַליסטעוועט און מיר פֿאַרגעסן אַ סך מאָל, אַז די צײַטונג איז נישט דער פֿולער ייִחוס פֿון אונדזער לשון“.
האָט זיך, אָבער, דאָס פֿאָלק געלערנט דווקא מער פֿון דער פּרעסע ווי פֿון די בעלי־לשון. איז דאָך נישט קיין חידוש, וואָס דער „פֿאַקטישער באַניץ“ שטימט מער מיטן מלוכישן לשון ווי מיטן טראַדיציאָנעלן ייִדישן באַניץ.
אײַ, אַמפּערן זיך איבער „אָסטרעלענקע“ וועט אַרויסרופֿן בײַם לייענער אַ ביטולדיקן שמייכל? איז לאָמיר נעמען בולטערע דוגמות. בײַ מיר איז נישטאָ קיין ספֿק, אַז „בערדיטשעוו“ און „אָדעס“ זענען ס’רובֿ דער „פֿאַקטישער באַניץ“ וועגן אָט די שייכדיקע שטעט, אָבער דאָס זענען פֿאָרט מער רוסיש ווי ייִדיש; אויף מאַמע־לשון איז „באַרדיטשעוו“ און „אַדעס“, אַ והא־ראַיה: מע געפֿינט זיי ביידע צענדליקער מאָל בײַ שלום־עליכמען. זאָל דער לייענער נישט מיינען, אַז מיר דאַרפֿן בלינדערהייט אָננעמען אַלצדינג אין זײַן שפּראַכבאַניץ. פֿונדעסטוועגן, קען מען דאָ זיכער בויען אויף זײַן אויסלייג.
אַזוינע דוגמות קען מען ברענגען אַ סך. דעם שרײַבער פֿון די שורות איז נישט איין מאָל אויסגעקומען אײַנצוטענהן מיט קאָלעגן אינעם „פֿאָרווערטס“, אַז אַלע ייִדישע שטעט און שטעטלעך אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד דאַרף מען אָנרופֿן און באַשרײַבן מיטן ייִדישן נאָמען זייערן. חוץ באַרדיטשעוו און אַדעס, דאַרף מען שרײַבן „קעשענעוו“, נישט „קישינעוו“; „מעזשביזש“, נישט „מעזשיבאָזש“; „בראָסלעוו“ אָדער „בראַסלעוו“, נישט „בראַצלאַוו“; „סאָטענעוו“, נישט „סאַטאַנאָוו“; „האָמליע“, נישט „גאָמעל“ און נאָך און נאָך.
צו דעם איז דאָ נאָך אַן ענין: דער „פֿאַקטישער באַניץ“ פֿון די פֿאַרגאַנגענע הונדערט יאָר אין הילכות אויסלייג איז דאָך געווען היפּשלעך דײַטשמעריש. זענען געקומען דער ייִוואָ מיט דער „צישאָ‟ און אַרויסגעגעבן די תּקנות פֿון ייִדישן אויסלייג, כּדי צו מאַכן אַ סוף צום דעמאָלטיקן באַניץ און אומצוקערן ס’לשון אין אַ גרויסער מאָס צו דער דורותדיקער טראַדיציע. מוזן מיר קומען צום אויספֿיר, אַז אָפּהיטן דעם „פֿאַקטישן באַניץ“ איז אַ גרויסער פֿעלער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.