אַ העלפֿט פֿון מײַנע באַקאַנטע האַלט, אַז איך בין אַ נודנער ייִד, װײַל יעדן געשפּרעך פֿאַרקערעװע איך אױף דער טעמע פֿון דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש. און די צװײטע העלפֿט האַלט, אַז איך בין אַ העכסטער אָפּטימיסט, װײַל צו יעדער טרױעריקער און װײטיקדיקער געשעעניש האָב איך אין קעשענע אַ פּאָר זײער פֿרײלעכע אַנעקדאָטן. מילא, אַז מע שטעלט צונױף די בײדע דעות, קומט אַרױס „אַ פֿרײלעכער נודניק‟. אױך ניט שלעכט.
האָבנדיק דאָס מזל געבוירן צו ווערן אין דער סאָוועטישער משפּחה פֿון ברידערלעכע פֿעלקער, האָב איך פֿון קינדװײַז אָן געהאַט אַ שלעכטע טבֿע צו פֿרעגן קלאָץ־קשיות: פֿאַר װאָס רעדט אין אונדזער קינדער־גאָרטן נאָר די ניאַניע כינקע װי אַ מענטש, אױף ייִדיש, און די אַנדערע רעדן עפּעס אַ פֿרעמדע שפּראַך? פֿאַר װאָס לערנט מען ניט אין דער שול קיין ייִדיש און ייִדישע געשיכטע, כאָטש פֿון 36 שילערס זײַנען 30 ייִדן? פֿאַר װאָס רעדן מיר אין דער הײם ייִדיש, און אױף דער גאַס טאָר מען ניט? פֿאַר װאָס האָט דער פֿאָרזיצער פֿון דער אױפֿנאַם־קאָמיסיע אינעם טעאַטער־אינסטיטוט קײנמאָל ניט געהערט דעם נאָמען פֿונעם גרױסן ייִדישן שרײַבער יצחק־לייבוש פּרץ? פֿאַר װאָס אין בעלץ, װוּ אַ העלפֿט פֿון די תּושבֿים זײַנען ייִדן, זײַנען ניטאָ קײן ייִדישע קולטור־אַנשטאַלטן?
מיט דער צײַט איז די צאָל פֿראַגעס געװאָרן אַזױ גרױס, אַז מע האָט מיך אַרױסגערופֿן „אַהין‟, און צום סוף פֿון מײַן װיזיט האָט דער אָפֿיציר אַרױסגעקװעטשט פֿון זיך אַ פּאָרציע גאַל, אַז עס בענקט נאָך מיר אַן אײנצל־קאַמער אין דער אָרטיקער טורמע.
עס איז געװאָרן קלאָר, אַז ס׳איז געבליבן נאָר אײן װעג צו „ראַטעװען‟ די ייִדישע קולטור — צו װערן אַ גענעראַל־דירעקטאָר פֿון „יונעסקאָ‟. און װאָס מײנט איר? איך האָב דעמאָלט געוווינט אין דער שטאָט בעלץ. האָט דער פֿאַראײן פֿון די בעלצער שמוגלער, קלעזמאָרים, צירולניקעס און װאָס־אין־דער־קאָרטניקעס זיך געװאָנדן אין דער „יו־ען‟ מיט אַ פֿאָדערונג מע זאָל מיר געפֿינען עפּעס אַ פּאַסיקן ייִדישן פּאָסטן בײַ דער „יונעסקאָ‟; נאָר פֿון דער גאַנצער מעשׂה איז קײן שטאַלטנע זאַך ניט אַרױס, װײַל אין „יונעסקאָ‟ האָבן זיך געפֿונען אַ פּאָר חכמים, און זײ האָבן באַלד אַרײַנגעשריבן „ייִדיש‟ אין דער אָפֿיציעלער ליסטע פֿון די שפּראַכן, איבער װעלכע עס הענגט אַ געפֿאַר פֿון נעלם צו װערן — אַבאַזיניש, ייִדיש, ציגײַנעריש, װאַלאָניש, קאַנגרי, נעװאַריש און נאָך אַ פּאָר שפּראַכן, װעלכע איך קען ניט אַרױסרעדן. בכלל, טענהן די „יונעסקאָ‟־באַאַמטע, געפֿינט זיך ייִדיש אין אַ בכּבֿודיקער קאָמפּאַניע פֿון 2,500 שפּראַכן, װעלכע ניט הײַנט מאָרגן װעלן פֿאַרשװוּנדן װערן פֿון דער װעלט, און דאָס איז אַ דריטל פֿון אַלע קױם לעבעדיקע שפּראַכן.
איך בין ניט פֿױל געװען איבערצולײענען דעם גאַנצן „אַטלאַס פֿון די שטאַרבנדיקע שפּראַכן‟, און געקומען צו אַ מסקנא, אַז די עיקרדיקע סיבה פֿון דער־אָ טרױעריקער טענדענץ איז: ראשית, די שאָװיניסטישע שפּראַך־עקספּאַנסיע פֿון דער אָדער אַנדערער הערשנדיקער נאַציאָנאַליטעט; און שנית, די פּיפּיק־לעקערישע נטיה פֿון די מינדערהײטן־אָנפֿירער אין דעם אָדער אַנדער לאַנד. אמת, ייִדיש איז ניט די אײנציקע שפּראַך, װעלכע געפֿינט זיך אין אַ גרױסער סכּנה. אָבער, אַז יענעם טוט װײ, װערט מיר ניט גרינגער. צװישן די „שטאַרבנדיקע שפּראַכן‟ געפֿינט זיך די אַלטײַער שפּראַך, די מוטער פֿון אַלע הײַנטיקע טיורקישע שפּראַכן — טערקיש, טאָטעריש, קאַזאַכיש, קירגיזיש, טורקמעניש, קאַראַיִמיש, אַזעריש, אאַ״װ, אַריבער הונדערט לעבעדיקע שפּראַכן. אָט אַזאַ שײנע מעשׂה…
מיר זאָלן בעסער פֿאַרשטײן, װאָס עס הײסט אַ שטאַרבנדיקע שפּראַך, איז כּדאַי צו ברענגען אַ קורצע רשימה פֿון די שפּראַכן, װעלכע (לױט דעם “Atlas of the World’s Languages in Danger — „אַטלאַס פֿון די שפּראַכן אין אַ געפֿאַר‟) װײסן ניט פֿון קײן שום סכּנה נעלם צו װערן: ענגליש, אַראַביש, דײַטש, רוסיש, שפּאַניש, פֿראַנצײזיש. מע דאַרף ניט זײַן קײן גרױסער חכם צו באַמערקן, אַז די אַזױ גערופֿענע פֿעסט באַשיצטע שפּראַכן געהערן צו די פֿעלקער, װעלכע האָבן אין משך פֿון די לעצטע פֿינף הונדערט יאָר געפֿירט אַ פֿאַרכאַפּערישע עקספּאַנסיע־פּראַקטיק אין באַציִונג צו אַנדערע פֿעלקער.
ס׳איז נאָך אַ פֿראַגע צי דאָס איז אַ גרױסע מעלה, אַז די אָרטגעבירטיקע פֿעלקער פֿון אױסטראַליע און נײַ־זעלאַנד קענען ניט זײערע אײגענע שפּראַכן; אַז די בערבערן פֿון צפֿון־אַפֿריקע זענען געצװוּנגען רעדן אַראַביש און ביזן הײַנטיקן טאָג האָבן ניט קײן אײגענעם אַלף־בית… דאָס פֿרעמדע, אומנאַטירלעכע שטײגער־לעבן און מינהגים האָבן געשטעלט ס’רובֿ אָרטגעבירטיקע פֿעלקער פֿון בײדע אַמעריקעס, אַפֿריקע, אױסטראַליע און אַזיע אױפֿן ראַנד פֿון פֿאַרלירן זײער נאַציאָנאַלע אידענטיטעט.
מיט ייִדיש זעט אױס דער ענין אין גאַנצן אַנדערש. ראשית, די לעצטע צװײ טױזנט יאָר האָבן די ייִדן ניט געהאַט קײן אײגן לאַנד און ייִדיש איז געװאָרן אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך פֿון אײראָפּעיִשן ייִדנטום מיט גוטע אַכט־נײַן הונדערט יאָר פֿריִער, אײדער דאָס האָט פּראָקלאַמירט די טשערנאָװיצער קאָנפֿערענץ. עס איז שװער צו זאָגן, צי די ייִדישע שפּראַך האָט גורם געװען די אוניקאַלע סאָציאַלע סיסטעם פֿון ייִדישן שטעטל, צי אפֿשר דאָס „שטעטל‟ אַלײן האָט גורם געװען די גאַלאָפּירנדיקע אַנטװיקלונג פֿון דער ייִדישער קולטור און װיסנשאַפֿט; אָבער, אַזױ מײן איך, קײנער װעט זיך מיט מיר ניט װעטן, אַז דער אַנטװיקלונג־שפּיץ אין אַלע געביטן פֿונעם ייִדישן גײַסטיקן לעבן קומט דירעקט אָן אין אָנהײב פֿון די 1930ער יאָרן. עס איז ניט געװען קײן אײן אָביעקטיװע סיבה און קײן אײן בולטער באַװײַז, אַז ייִדיש גײט אונטער.
ייִדיש און דאָס ייִדישלאַנד האָט מען אומגעבראַכט, סײַ פֿיזיש און סײַ מאָראַליש, סײַ די מענטשן און סײַ דאָס שטעטל. אין דעם זײַנען שולדיק און פֿאַראַנטװאָרטלעך אַלע אײראָפּעיִשע לענדער, אָן אַן אױסנאַם. און פּונקט אַזױ, װי אַלע נײַע רעגירונגען ירשענען פֿון די פֿריִערדיקע הערשער ניט בלויז די מאַכט, נאָר אױך די חובֿות, װאָלט געװען גאַנץ לאָגיש צו פֿאָדערן בײַ דער „יונעסקאָ‟, אַם װײניקסטן, צו שטעלן בראָש די אָפֿיציעלע אַמטן, װעלכע האַלטן אונטער די ייִדישע קולטור־אינסטיטוציעס, כאָטש אײן מומחה, װעלכער װײסט און פֿאַרשטײט, װאָס מען דאַרף טאָן, כּדי ניט אָנװערן די רעשטלעך פֿון דער גרױסער ייִדישער קולטור, װעלכע זײַנען נאָך געבליבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.