ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires

Facebook

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published July 02, 2015, issue of July 24, 2015.

אינעם הײַיאָריקן „לימוד‟ האָבן זיך באַטייליקט 850 מענטשן

זונטיק, דעם 28סטן יוני איז פֿאָרגעקומען צום אַכטן מאָל דער „לימוד‟ — אַ צוזאַמענקום פֿון אַ גאַנצן טאָג, װוּ עס קומען פֿאָר לעקציעס, װאַרשטאַטן, קאָנצערטן, מען װײַזט פֿילמען און, דער עיקר, מען לערנט און מען פֿאַרברענגט מיט ייִדישער טעמאַטיק.

הײַיאָר האָבן 850 באַטייליקטע געהאַט די מעגלעכקייט אויסצוקלײַבן צװישן 74 לעקטאָרן, װאָס האָבן רעפֿערירט װעגן קונסט, קולטור, געשיכטע, פֿילאָסאָפֿיע, אידענטיטעט, קהילה־לעבן און אַפֿילו ייִדיש. לוקאַס פֿישמאַן, װאָס האָט זיך געלערנט ייִדיש אין ייִװאָ, אויף דער תּל־אָבֿיבֿער זומער־פּראָגראַם, און זעצט פֿאָר זײַנע ייִדיש־לימודים אינעם װאַרשטאַט פֿאַר יונגע אַקאַדעמיקער בײַם ייִװאָ האָט רעפֿערירט װעגן „ייִדיש אין 21סטן יאָרהונדערט‟, און אַלעכאַנדראָ דוכאָװנע — װעגן „ייִדישע ביכער און ייִדישע פֿאַרלאַגן אין בוענאָס־אײַרעס‟. מען האָט אויך געװיזן און קאָמענטירט פֿראַגמענטן פֿון ייִדישע פֿילמען, און אַ װאַרשטאַט פֿון ייִדישן ליד האָט שטאַרק אויסגענומען בײַם עולם. צום ערשטן מאָל האָבן זיך באַטייליקט 57 קינדער צװישן 3 און 13 יאָר אַלט מיט ספּעציעל פּראָגראַמירטע טעטיקייטן.

מאָנטעװידעאָ: האַקנרייצן אין אַ הויז, וווּ עס וווינען ייִדן

אין אַ בנין פֿון אַן אָנגעזעענער געגנט אין דער שטאָט מאָנטעװידעאָ, אורוגװײַ, האָט מען במשך דער נאַכט דעם 30סטן יוני, אויסגעקריצט האַקנקרײצן אויף די טירן פֿון די דירות בײַ די ייִדישע אײַנװוינער, און אויף די טירן פֿון דער װינדע אויפֿן זעקסטן שטאָק. אינעם בנין װוינען 20 ייִדישע משפּחות.

געמיינדע „עמיחי‟: ישׂראלדיקער פֿילם „פֿאַר די אויגן‟

דינסטיק, דעם 30סטן יוני, האָט מען אין דער געמיינדע „עמיחי‟ געװיזן דעם ישׂראלדיקן פֿילם „פֿאַר די אויגן‟. דער פֿילם פֿונעם יונגן רעזשיסאָר איל חלפֿון אַנאַליזירט די געשעענישן פֿון דער יום־כּיפּור־מלחמה פֿון 1973, און האָט אַ קלאָרע אַנטי־מיליטאַריסטישע שטעלונג. די הויפּטטעמע איז חבֿרשאַפֿט און ברודערשאַפֿט אין אומנאָרמאַלע באַדינגונגען. אַ רײַכע, לאַנגע דעבאַטע האָט געשלאָסן דעם אָװנט.

אַן אַרגענטינער ספּאָרט־דעלעגאַציע גרייט זיך צו די אייראָפּעיִשע מכּבייער־פֿאַרמעסטן

צום ערשטן מאָל װעט זיך באַטייליקן אַן אַרגענטינער ספּאָרט־דעלעגאַציע אויף די אייראָפּעיִשע מכּבייער־פֿאַרמעסטן, װאָס װעלן פֿאָרקומען הײַיאָר אין בערלין. די ספּאָרט־לײַט האָבן באַקומען ספּעציעלע לעקציעס, װאָס האָבן זיי צוגעגרייט צו דער דערפֿאַרונג. זיי האָבן באַקומען לעקציעס װעגן ייִדישן אייראָפּעיִשן לעבן, ייִדישער געשיכטע און קולטור, און האָבן באַזוכט דעם „האָלאָקאָסט־מוזיי‟, װוּ זיי האָבן געזען אַ ספּעציעל צוגעגרייטע אויסשטעלונג.

פֿראַנצייזישער אַמבאַסאַדאָר אין אַרגענטינע: „דער אַנטיסעמיטיזם, הײַנט צו טאָג, אין פֿראַנקרײַך‟.

מאָנטיק, דעם 29סטן יוני, האָט דער פֿראַנצייזישער אַמבאַסאַדאָר אין אַרגענטינע, זשען־מישעל קאַסאַ, געהאַלטן אַ לעקציע אין „סידיקסעף‟ — דער ספֿרדישער צענטער, אויף דער טעמע, „דער אַנטיסעמיטיזם, הײַנט צו טאָג, אין פֿראַנקרײַך‟. זײַן מיינונג איז געװען, אַז די רעגירונג טאָלערירט נישט קיין אַנטיסעמיטישע און אַנטי־ישׂראלדיקע אויסברוכן; זי װענדט אָן אַלע מיטלען זיי אויסצומײַדן. ער האָט פֿאַרזיכערט, אַז מען טאָלערירט נישט קיין דיסקרימינאַציע, נאָר מען באַקעמפֿט זי.

אין 2014 האָט ער איבערגעגעבן, האָט מען רעגיסטרירט 851 פֿאַלן פֿון אַנטיסעמיטיזם, טאָפּלט װי אין 2013. ער האָט באַשולדיקט די רעכטע עקסטרעמיסטן, װאָס זײַנען אַן ענדעמישע קרענק אין פֿראַנקרײַך, און דעם אינטערנאַציאָנאַלן טעראָריזם, װאָס ניצט אויס די שװאַכקייטן פֿון די רעגירונגען צו הרגענען מענטשן. ער האָט געמאָלדן, אַז זינט הײַיאָר האָט מען אַרײַנגענומען אין אַלע שול־פּראָגראַמען די טעמע „שואה‟. ער האָט אויך געזאָגט, אַז דער ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט דאַרף געלייזט װערן מיט דער גרינדונג פֿון אַ פּאַלעסטינער מדינה, כּדי די צװיי פֿעלקער זאָלן קענען לעבן בשלום.

פֿראַנקרײַך איז קעגן דעם בויקאָט קעגן די ישׂראל־פּראָדוקטן. צװישן די אָנװעזנדיקע איז געווען די ישׂראל־אַמבאַסאַדאָרין, דורית שבֿיט, װאָס האָט געבעטן אַ װאָרט און אויפֿגעקלערט, אַז דער בויקאָט גייט אָן, און אַז די פּראָדוקטן װאָס װערן יאָ פֿאַרקויפֿט אין פֿראַנקרײַך, זײַנען נאָר די פּראָדוקטן, װאָס קומען פֿון די שטחים, װאָס לויט דעם ישׂראלדיקן געזעץ זײַנען זיי ניט קיין טייל פֿון דער מדינה. דאָך, איז דער אָװנט פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אין אַ באַלערנדיקן מיינונג־אויסטויש, װאָס האָט אַלעמען באַרײַכערט.

אַ קולטור־ציקל „מענטשן פֿון בוענאָס־אײַרעס‟

דער „באַנק פֿון דער פּראָװינץ בוענאָס-אײַרעס‟ אָרגאַניזירט אַ קולטור־ציקל „מענטשן פֿון בוענאָס־אײַרעס‟, װוּ די באַרימטע זשורנאַליסטן סילװינאַ טשעדיעק אינטערװיויִרט און באַערט פֿאַרשיידענע פּערזענלעכקייטן, װאָס טראָגן בײַ און גיבן צו פּרעסטיזש דער פּראָװינץ. אין דער לעצטער טרעפֿונג האָבן זיך באַטייליקט דער „פֿאָטער פּעפּע‟, אַ יונגער קאַטוילישער גלח פֿון איינער פֿון די אָרעמסטע געגנטן אין דער פּראָװינץ, װאָס פֿירט דורך אַ קאָלאָסאַלע אַרבעט אינעם קאַמף קעגן נאַרקאָטיק, אינעם באַזאָרגן מיט עסן אַרבעטסלאָזע, און אויפֿן דערציִערישן געביט; און דעם ראַבינער אַלעכאַנדראָ אַװרוך פֿאַרן אויסהאַלטן אַ אָרעמע קיך אין „לאַ קאַװאַ‟ אין דער אָרעמער געגנט און איינער פֿון די רײַכסטע טעריטאָריעס אין דער פּראָװינץ. מיט דער הילף פֿון משפּחות פֿון זײַן קהילה באַזאָרגט ער מיט עסן, קליידער און אַרבעט צענדליקער אײַנװוינער. ביידע האָבן אונטערגעשטראָכן די װיכטיקייט פֿון דער דערציִונג, אמונה און סאָלידאַריטעט צו באַזאָרגן דעם אָרעמאַן מיט מיטלען זיך אײַנצוגלידערן אין דער געזעלשאַפֿט. כּדאַי צו באַמערקן, אַז די קהילה האָט אָפּגעראַטעװעט און באַזאָרגט מיט דירות אייניקע ייִדישע משפּחות פֿון דער פּראָװינץ.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.