פּראָגער אויסשטעלונג וועגן ייִדן אין ביימען און מאָראַוויע

Prague Exhibit on Jews in Bohemia and Moravia

praguepost.com

פֿון „פֿאָרווערט‟־רעדאַקציע

Published July 05, 2015, issue of July 24, 2015.

דער ייִדישער מוזיי אין פּראָג האָט לאַנצירט אַ נײַע פּערמאַנענטע אויסשטעלונג אין דער היסטאָרישער „מײַזל־שיל‟.

די אויסשטעלונג, וואָס האָט זיך געעפֿנט דעם פֿאַרגאַנגענעם מיטוואָך נאָך אַ יאָר־לאַנגן רעמאָנט פֿון דער סינאַגאָגע, גיט איבער די געשיכטע פֿון די ייִדן אין ביימען און מאָראַוויע. עס נעמט אַרײַן אַ „פֿליִענדיקן טור‟ איבערן אַמאָליקן ייִדישן קוואַרטאַל אין פּראָג, וואָס איז חרובֿ געוואָרן סוף־19טן יאָרהונדערט.

„די באַזוכער קענען אויך ניצן אָנקוועטש־עקראַנען זיך צו לערנען וועגן פֿאַרשידענע טשעכישע ייִדישע כּלל־טוער און זייערע קהילות, אָדער דורכקוקן זעלטענע כּתבֿ־ידן און בילדער,‟ האָט איינער פֿון די קוראַטאָרן פֿון דער אויסשטעלונג, אַלעכּסנדר פּוטיק, איבערגעגעבן אַ גרופּע רעפּאָרטערס.

די „מײַזל־שיל‟ געפֿינט זיך אינעם האַרץ פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן קוואַרטאַל. געבויט אינעם 16טן יאָרהודנדערט, איז דער בנין איבערגעבויט געוואָרן אין אַ נעאָ־גאָטישן סטיל בײַם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.

איין אָפּטייל פֿון דער אויסשטעלונג וועט דערציילן וועגן די אָרטיקע פֿירמעס געגרינדעט פֿון ייִדן ווי, למשל, אַ שוועבל־פֿאַבריק און אַ גלאָז־פֿאַבריק, און אויך ווי אַזוי אַ כוואַליע פֿון אַנטיסעמיטיזם בײַם סוף 19טן יאָרהונדערט האָט פֿאַרשטאַרקט די אָרטיקע ציוניסטישע באַוועגונג, אַפֿילו בײַ די אַסימילירטע ייִדן.

אַ צווייטער אָפּטייל פֿון דער אויסשטעלונג גיט איבער, דורך אַרכיוואַלע מאַטעריאַלן און פֿאָטאָגראַפֿיעס, די רדיפֿות אויף די ייִדן אין נאַצי־אָקופּירטן בערן און מאָראַוויע, אַרײַנגערעכנט די מאַסן־דעפּאָרטאַציעס און אַן איבערבליק פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן אין דער טערעזינער געטאָ.

דער פּראָגער ייִדישער מוזיי, וואָס ציט צו אַרום 550,000 באַזוכער אַ יאָר, און איז הײַנט אַ הויפּט־אַטראַקציע אין דער טשעכישער רעפּובליק, פּלאַנירט אויך אויפֿצולעבן די „שפּאַנישע שיל‟, וואָס איז אַ קלאַסישער מוסטער פֿון דער מורינישער אַרכיטעקטור.