(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דעריבער פֿאַרליר איך נישט די האָפֿענונג, אַז אונדזער ייִדישע שפּראַך האָט אַ תּמצית און וואַרט ביז ס’וועט אונטערקומען דער דור, וואָס וועט עס וועלן וויסן.
מאָדערן העברעיִש, עבֿרית, הייסט עס, איז הײַנט, לאָמיר זאָגן, הונדערט יאָר אַלט; ווי קען עס זיך פֿאַרגלײַכן מיט אונדזער טויזנט־יעריקן מאַמע־לשון? איך הער אַ סך מאָל ווי באַקאַנטע ייִדישע פּראָפֿעסאָרן — סײַ פֿון האַרוואַרד און סײַ פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט — שילדערן די ייִדישע שפּראַך בזה־הלשון:
„ס׳איז נישט מער ווי אַ דיאַלעקט, אַ צוזאַמענגעשטעלט לשון, וואָס האָט לשון־קודש־ווערטער, וואָס ייִדן האָבן אַמאָל גערעדט ערגעץ ווײַט אין דער פֿאַרגאַנגענהייט.‟
גיב איך אַ פֿרעג מײַנס אַ גוטן באַקאַנטן פּראָפֿעסאָר: „וואָס זאָגסטו צו דעם?‟
זאָגט ער מיר: „יענער האָט פֿײַנט געהאַט זײַן מאַמע!‟
„און וואָס איז לגבי דעם פּראָפֿעסאָר, וואָס שטאַמט אָפּ פֿון ישׂראל, לערנט ייִדישע ליטעראַטור אין איבערזעצונג, און האָט אַ פֿײַנטלעכע באַציִונג צום לימוד?‟ ענטפֿערט ער מיר: „יענער איז אַן ישׂראלי, האָט אַ נעגאַטיווע באַציִונג צו זיך אַליין, וואָס ער פֿאַרנעמט זיך מיט אַ שפּראַך, וואָס אין זײַנע אויגן איז עס נעגירט געוואָרן פֿון זײַן מדינה.‟
איך אַליין רעד העברעיִש און האָב ליב צו רעדן אַ צווייט ייִדיש לשון, אָבער העברעיִש ליגט נאָך אַלץ אין די ווינדעלעך, און איך קען אײַך פֿאַרזיכערן אַז די רגע, וואָס די ישׂראלים טרעטן אַריבער די שוועל פֿון גלות, אַזוי באַווײַזן זיי זיך באַלד צו אַסימילירן. אַ שאָד, וואָס ס’האַלט זיך נישט דאָס הייליקע לשון אויף זייערע צונגען אַפֿילו בײַם ערשטן דור רעדער, שוין אָפּגערעדט, ביז משיחס צײַטן.
די פֿראַגע איז, ווער ווייסט, אויף וועלכער שפּראַך משיח וועט רעדן? אפֿשר גאָר אַראַמעיִש? אָדער כּנעניש? אָדער אַקאַדיש? אָדער גאָר מיצריש, און מיר וועלן זיך נישט פֿאַרשטיין… וועט דער פּראָפֿעסאָר אין האַרוואַרד טענהן, אַז משיח איז גאָרנישט קיין ייִד, און דער פּראָפֿעסאָר אין קאָלומביע וועט מאַכן חוזק…
ווי עס זאָל נישט זײַן, מדינת־ישׂראל וועט משיחן לייגן אין חרם און פּראָטעסטירן: נאָך אַלעמען רעדט דאָך משיח אַ גלות־שפּראַך, דעריבער קאָן מען עס נישט אָנערקענען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.