דער מצבֿ פֿון און אַרום גריכנלאַנד איז הײַנט אין צענטער פֿון די נײַעס. איך בין, בלי־ספֿק, ניט דער איינציקער מענטש, וואָס איז אַנטוישט פֿון די רעזולטאַטן, וועלכע עס האָט געוויזן דער רעפֿערענדום — כּמעט 62 פּראָצענט גריכן האָבן געזאָגט, „ניין‟ דער פּראָגראַם, וועלכע עס האָט זיי פֿאָרגעלייגט דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד. צוריק גערעדט, איז דער רעפֿערענדום אַליין געווען אַ פּאָפּוליסטישער, און זײַן סך־הכּל איז אַ פּאָפּוליסטישער. ס’איז קלאָר, אַז דער המון האָט ניט געטראַכט ראַציאָנעל און האָט אָפּגעענטפֿערט עמאָציאָנעל.
וואָס זשע האָט זיך באַקומען? דעמאַגאָגיש, קען מען איצט רעדן וועגן אַ נצחון פֿון דער גריכישער דעמאָקראַטיע. און מע רעדט — און מע שרײַט אַפֿילו — וועגן דעם. גאַנץ אייראָפּע, בפֿרט דײַטשלאַנד, זעט אויס אין די אויגן פֿון ס’רובֿ גריכן ווי אַ ווילדער קאַפּיטאַליסטישער מאָנסטער, וואָס וויל קאָלאָניזירן און צעטרעטן זייער לאַנד. אין די אויגן פֿון אַ דײַטש צי אַ בירגער פֿון אַן אַנדער לאַנד אין דער אייראָ־זאָנע (און ניט נאָר אין אירע גרענעצן) זעען אויס די גריכן ווי ליידיקגייער און ליגנער. אַ סבֿרא, אַז אָט דער אימאַזש באַליידיקט די גריכן און האָט אַ שטופּ געטאָן זיי צו זאָגן, „ניין‟ דער פֿאָרגעלייגטער פּראָגראַם.
דערווײַל הערט מען בלויז איין גוטע נײַעס — דער חוצפּהדיקער פֿינאַנץ־מיניסטער יאַניס וואַרופֿאַקיס האָט פֿאַרלאָזט זײַן שטעלע. ער האָט זיך אַליין באַשריבן ווי אַ מאַרקסיסט, און די געשיכטע האָט זייער קלאָר געוויזן, אַז קיין מאַרקסיסטן טאָר מען ניט נאָענט צולאָזן צו אַזעלכע שטעלעס. גריכנלאַנד האָט פּשוט צוגעגעבן נאָך איין דוגמא צו דער לאַנגער רשימה מאַרקסיסטישע דורכפֿאַלן. בכלל, מאַרקסיסטן צי ניט־מאַרקסיסטן — עס זײַנען דאָ אַזעלכע עקאָנאָמיסטן, וועלכע עס איז בעסער צו האַלטן ווי פּראָפֿעסאָרן צי זשורנאַליסטן, ווײַל קעפּ האָבן זיי ליכטיקע. מע טאָר זיי אָבער ניט געבן קיין פּראַקטישע אַרבעט אין דער עקאָנאָמיע; אויף דעם טויגן זיי זיך ניט אויס. דערצו האָט וואַרופֿאַקיס זיך אַזוי אויפֿגעפֿירט און גערעדט אַזעלכע זאַכן, אַז מע האָט שוין געדאַרפֿט פּטור ווערן פֿון אַזאַ תּכשיט.
נו, גוט — וואַרופֿאַקיס איז אַוועק שרײַבן אַ בוך. די גריכן האָבן געזאָגט, „ניין‟. אָבער מיט אים צי אָן אים, מיט אַ „יאָ‟, צי מיט אַ „ניין‟, זעט מען דאָך סײַ־ווי־סײַ ניט קיין זיכערן אויסוועג פֿון דעם טעמפּן ווינקל. ווי איינער אַ שאַרף־צינגיקער עקאָנאָמיסט האָט געזאָגט: עס זײַנען דאָ צוויי סצענאַרן — פֿון אַ שרעקלעכן סוף און פֿון אַ שרעק אָן אַ סוף. אַפֿילו אויב גריכנלאַנד וועט מוזן פֿאַרלאָזן די אייראָ־זאָנע, און אַזאַ אַנטוויקלונג איז לחלוטין ניט אויסגעשלאָסן, וועט אייראָפּע ניט קענען לאָזן די מדינה אויף הפֿקר — ערשטנס, צוליב הומאַניטאַרע סיבות, און פּאָליטיש איז עס אויך אוממעגלעך, ווײַל דאָס וועט מיינען צו פֿאַרלירן גריכנלאַנד — עס וועט זיך חבֿרן מיט רוסלאַנד.
און עס איז דאָ נאָך איין זײַט אין דער גאַנצער מעשׂה. אַ חוץ גריכנלאַנד גופֿא, איז אייראָפּע אויך שולדיק אין דעם גאַנצן קריזיס. קודם־כּל, האָט מען גריכנלאַנד בשום־אופֿן ניט געטאָרט אָננעמען אין דער אייראָ־זאָנע. פֿון סאַמע אָנהייב אָן איז עס געווען אַ סם־המוות פֿאַר דעם גאַנצן פּראָיעקט. דעם באַשלוס האָט מען דעמאָלט אָנגענומען אַ פּאָליטישן; צו די עקאָנאָמיסטן, ווי עס מאַכט זיך אָפֿט, האָט מען זיך ניט צוגעהערט. אָבער אַפֿילו ווען ס’איז שוין אין גאַנצן קלאָר געווען, אַז מע האָט זיך אַרײַנגעפּאַקט מיט אַ שווערן שותּף, האָבן די אייראָפּעיִשע פֿירער זיך ניט גענוג געאײַלט אָנצוקוועטשן, ווי עס דאַרף צו זײַן, אויף דער גריכישער רעגירונג, זי זאָל ראַדיקאַל פֿאַרריכטן דעם מצבֿ.
אייראָפּע, דער עיקר, די לענדער פֿון דער אייראָ־זאָנע, וועלן סוף־כּל־סוף מוזן מוחל זײַן אַ היפּשן טייל פֿון די חובֿות; אַנדערש וועט גריכנלאַנד קיין מאָל ניט אַרויסקריכן פֿון דעם אָפּגרונט. אָבער גריכנלאַנד וועט גלײַכצײַטיק מוזן עפּעס טאָן מיט דער עקאָנאָמיע, מיט דער קולטור פֿון אַרבעטן, וואָס געפֿינט זיך אויף זייער אַ נידעריקן ניוואָ. איך האָב געעפֿנט דעם באַריכט, וואָס ווײַזט די קאָנקורענץ־מעגלעכקייט פֿון פֿאַרשיידענע עקאָנאָמיעס (www3.weforum.org/docs/WEF_GlobalCompetitivenessReport_2014-15.pdf). גריכנלאַנד איז דאָרטן אַזש אויף דעם 81סטן אָרט. דאָס איז זייער נידעריק, ניט נאָר אין פֿאַרגלײַך מיט אַזעלכע לענדער ווי די פֿאַראייניקטע שטאַטן (געפֿינט זיך אויפֿן 3טן אָרט), דײַטשלאַנד (5), ישׂראל (27), אָבער אַפֿילו בולגאַריע (54) און אוקראַיִנע (76).
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.