איזאַ קרעמער — דער שטערן פֿון ייִדישן געזאַנג

Isa Kremer - The Star of Yiddish Song

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 07, 2015, issue of July 24, 2015.

איזאַ קרעמער
איזאַ קרעמער

די טעג מערקן מיר אָפּ דעם יאָרצײַט נאָך דער זעלטענער ייִדישער זינגערין איזאַ קרעמער, וואָס איר נאָמען האָט מען געקאָנט זען אויף די אַפֿישן לעבן אַזעלכע באַקאַנטע זינגערס ווי שאַליאַפּין און קאַרוזאָ; איר נאָמען האָט געקענט יעדער ליבהאָבער פֿון ייִדישן געזאַנג… צום באַדויערן, איז דער שטערן „איזאַ קרעמער‟ פֿריצײַטיק אויסגעלאָשן געוואָרן, און זעלטן ווער געדענקט נאָך איר שטאַרקע, טעמפּעראַמענטפֿולע „מעצאָ‟, וואָס האָט זיך געטראָגן פֿון די גרעסטע בינעס אין דער וועלט.

אַ געבוירענע אינעם בעסאַראַבער שטעטל בעלץ, האָט די יונגע איזאַ פֿרי פֿאַרלאָזט איר היים און זיך געלאָזט אין דער גרויסער וועלט אַרײַן זיך צו לערנען אויף אַן אָפּערע־זינגערין. אָנגעהויבן האָט זיך עס פֿון דער שטאָט אָדעס, וווּהין ס׳איז גראָד אין דער זעלבער צײַט געקומען פֿון איטאַליע דער באַקאַנטער פּראָפֿעסאָר לויִדזשי ראָנצי. דערהערט ווי איזאַ זינגט, האָט ער זי פֿאַרבעטן קיין מילאַן זיך לערנען וואָקאַל. אין צוויי יאָר אַרום קומט פֿאָר איר דעביוט אין פּוטשיניס אָפּערע „באָהעם‟; זי זינגט צוזאַמען מיטן באַרימטן טענאָר דזשוזעפּע אַנסעלמי אויף דער בינע פֿונעם נעאַפּאָליטאַנער טעאַטער.

דאָס מזל שפּילט איר צו. זי פֿאָרט צוזאַמען מיט אַנסעלמי קיין אָדעס אויף גאַסטראָלן, און נאָך דעם גרויסן דערפֿאָלג, לייגט מען איר פֿאָר צו זײַן אַ סאָליסטקע אין דעם טעאַטער. זי זינגט אין טשײַקאָווסקיס „יאָלאַנטע‟ און „יעווגעני אָנעגין‟. אין אַן אָפּרוף אויף איר אויפֿטריט שרײַבט דער קריטיקער: „די יונגע זינגערין איז זייער עמאָציאָנעל… אָבער גיך נעמט זי זיך אין די הענט, באַרויִקט זיך, און די פֿינאַל־סצענעס רײַסן אויף דעם פּובליקום. דער זאַל בושעוועט מיט אַפּלאָדיסמענטן. די בינע איז פֿאַרפֿלייצט מיט בלומען…‟

איזאַ קרעמער איז גליקלעך, אָבער זי זוכט עפּעס נאָך. איר איז ענג אין די ווענט פֿונעם אָפּערע־טעאַטער. זי וויל, אַז גאַנץ אָדעס זאָל איר נאָכזינגען. אין יענער צײַט איז עס מעגלעך געווען נאָר אינעם מער דעמאָקראַטישן זשאַנער — אין אָפּערעטע; און זי זינגט אין קאַלמאַנס „ציגײַנער־באַראָן‟ אַ פּשוט לידעלע „האַ־צאַ־צאַ‟. איזאַ האָט זיך דערשלאָגן אירס — גאַנץ אָדעס זינגט נאָך איר „האַ־צאַ־צאַ‟. ס‘האָבן זיך אַפֿילו באַוויזן העמדלעך און קאָנפֿעטן מיטן זעלבן נאָמען — „האַ־צאַ־צאַ‟.

לאָזט זיך אָבער אויס, אַז אויך אין דעם זשאַנער פֿון קלאַסישער אָפּערעטע איז איר ענג. זי הייבט אָן באַהערשן דעם קאַבאַרעט־רעפּערטואַר — פֿראַנצייזישע און דײַטשישע „אינטימע לידעלעך‟. דעם פּראָסטן פּובליקום געפֿעלט עס. זי הייבט אָן אַרומצופֿאָרן איבער רוסלאַנד, און איר מאַן, ישׂראל חפֿץ, דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דער רוסישער צײַטונג „אָדעסער נײַעס‟, שטיצט זי אין דעם. זי ווערט באַקאַנט צווישן דער אָדעסער ייִדישער אינטעליגענץ: מאַרק וואַרשאַווסקי, שלום־עליכם, מענדעלע מוכר־ספֿרים, וולאַדימיר זשאַבאָטינסקי. חיים־נחמן ביאַליק איבערצײַגט זי צו זינגען אויך ייִדישע פֿאָלקס־לידער.

אין 1917 ווערט געבוירן בײַ ישׂראל און איזאַ זייער טאָכטער טוסיע. די רעוואָלוציע אין רוסלאַנד האָט זיי ביידע גיך אַנטוישט. אין 1919, בעת איזאַ קרעמער איז געווען אויף די גאַסטראָלן אין קאָנסטאַנטינאָפּאָל, טערקײַ, ווערט אַרעסטירט ישׂראל חפֿץ. זייער האָב־און־גוטס האָט די נײַע מאַכט קאָנפֿיסקירט. מיט גרויסע שוועריקייטן גיט זיך איר אײַן אַרויסצושלעפּן פֿון דער באָלשעוויסטישער אָדעס, קודם, די טאָכטער, און דערנאָך אויך דעם מאַן. זיי פֿאָרן אַריבער קיין פּאַריז. דאָס לעבן אין דער פֿרעמד ווי אימיגראַנטן, ווערט אַ שווערער אויספּרוּוו פֿאַר זיי ביידע. אין גיכן צעפֿאַלט זיך די משפּחה, און אין 1922 פֿאָרט איזאַ קרעמער מיט קאָנצערטן קיין וואַרשע.

לויטן אָפּמאַך דאַרף זי געבן דרײַ קאָנצערטן אין דער וואַרשעווער פֿילהאַרמאָניע, אויפֿגעבויט אויף ייִדישע געלטער און געשענקט דער שטאָט. שוין זײַענדיק אין וואַרשע, דערוויסט זי זיך, אַז זי טאָר נישט זינגען קיין איין ייִדיש ליד. אויפֿגעבראַכט פֿון דעם אַנטיסעמיטישן תּנאַי, איז די זינגערין שוין גרייט געווען זיך אָפּצוזאָגן פֿון דעם קאָנטראַקט. דער אימפּרעסאַר איבערצײַגט זי אָבער עס נישט צו טאָן. דאָס ייִדישע פּובליקום, געקומען צו הערן די באַרימטע זינגערין, קאָן נישט פֿאַרשטיין, וואָס עס קומט דאָ פֿאָר. בעתן לעצטן קאָנצערט, רײַסט זיך איינער אַ ייִד דורך אויף דער בינע און פֿרעגט זי קלאָרע דיבורים, הלמאי זי, אַ ייִדישע טאָכטער, שעמט זיך צו זינגען לידער פֿון איר פֿאָלק? איזאַ מוז אַנטפּלעקן דעם „גרויסן סוד‟.

דער עולם בעט זי אויפֿצוטרעטן מיט אַ באַזונדערער ייִדישער פּראָגראַם. קרעמער איז מסכּים, אָבער… ערבֿ דעם קאָנצערט נעמט זיך בײַ דער פֿילהאַרמאָניע צונויף אַ ווילדע מחנה אַנטיסעמיטן, וואָס פּראָוואָצירט אַ געשלעג, אין וועלכן עס ווערן פֿאַרוווּנדעט עטלעכע ייִדן. איזאַ קרעמער איז באַצוווּנגען געוואָרן צו פֿאַרלאָזן די שטאָט. נאָך מער, זי פֿאָרט אַוועק פֿון אייראָפּע, און קומט מיט דער טאָכטער קיין אַמעריקע. זי פֿאָרט אַרום מיט קאָנצערטן, שפּילט אין וואָדעווילן, פּרוּווט אויס אירע שאַפֿערישע כּוחות אין קינאָ.

אין 1930 שאַפֿן דזשייקאָב דזשייקאָבס און אַלכּסנדר אָלשאַנעצקי די אָפּערעטע „מירעלע פֿון בעלץ‟, וווּ די הויפּט־ראָלע שפּילט איזאַ קרעמער. פֿון דער דאָזיקער אָפּערעטע קומט טאַקע אַרויס דאָס לירישע ליד „מײַן שטעטעלע בעלץ‟, וואָס ווערט געזונגען ביזן הײַנטיקן טאָג.

בשעת די גאַסטראָלן אין אַרגענטינע, גייט די זינגערין זיך צונויף מיטן באַקאַנטן פּסיכיאַטער גרעגאָריאָ בערמאַן, איר לעצטע גרויסע ליבע. זי איז גליקלעך און די ציכטיקע שײַן פֿון איר אַרטיסטישן שטערן פֿאַרשפּרייט זיך איבער אַ סך לענדער. דאָס פֿאָלק דערקענט באַלד איר שטים. אין 1946 קומט זי מיט קאָנצערטן אין ייִדישן ייִשובֿ פֿון פּאַלעסטינע. זי זינגט ייִדישע לידער, אָבער צום ערשטן מאָל, נאָך וואַרשע, טרעפֿט זי זיך אָן אויף אַ וואַנט פֿון קעגנערשאַפֿט. מע פֿאָדערט פֿון איר צו זינגער „רק עבֿרית‟! אין אַן אינטערוויו דערקלערט איזאַ קרעמער: „איך האָב געזונגען אויף ייִדיש אין דעם נאַצישן דײַטשלאַנד, און וועל, אַוודאי, זינגער אויף ייִדיש דאָ, אין ארץ־ישׂראל‟.

נישט איין קאָנצערט האָט איזאַ קרעמער שפּעטער געגעבן לטובֿת די חורבן־געליטענע און מדינת־ישׂראל. אין 1956 האָבן די דאָקטוירים דיאַגנאָסטירט בײַ איר אַ מאָגן־ראַק. די קרענק איז שוין געווען צו פֿאַרלאָזט, מע זאָל קאָנען נאָך עפּעס טאָן. איזאַ קרעמער איז געשטאָרבן אינעם זעלבן יאָר, דעם 7טן יולי.