(די 2 טע זײַט פֿון 2)
איך האָב זיך אָבער געראַנגלט מיטן ענין — גאָט. מיט יאָרן פֿריִער, האָט די מאַמע מיר געגעבן צו פֿאַרשטיין, וואָס ס׳מיינט אַטעיִזם, זאָגנדיק, אַז מענטשן האָבן אַליין אויסגעטראַכט דעם באַגריף פֿון גאָט, כּדי זיך צו פֿילן זיכערער אין דער וועלט. איך האָב געקראָגן דעם אײַנדרוק, אַז אינטעליגענטע מענטשן האָבן טיפֿע ספֿקות אין גאָטס עקזיסטענץ.
ווען איך בין געווען אין די 20ער, האָב איך עטלעכע חדשים זיך געלערנט אין אַ ישיבֿה אין ישׂראל, וווּ איך האָב געפּרוּווט פֿאָלגן די הלכה אַזוי גוט ווי מײַנע זעקס מיטוווינערינס. במשך פֿון דער צײַט האָב איך אָבער אויך געפֿרעגט די רבנים וועגן גאָטס עקזיסטענץ, אָבער נישט געקוקט אויף אַלע גמרות, וואָס זיי האָבן מיר געוויזן, האָבן זיי מיך נישט איבערצײַגט.
דערווײַל האָב איך חתונה געהאַט און געהאַט מײַן ערשט קינד, און זיך געפֿילט גאַנץ ווײַט פֿון אָרטאָדאָקסיע. נאָכן ברית פֿון אונדזער צווייט ייִנגעלע, האָט די מוהל׳טע אַפֿילו געפּועלט בײַ מיר זיך אָנצושליסן אין איר רעפֿאָרם־סינאַגאָגע. כ׳בין דאָרט געבליבן זיבן יאָר לאַנג, און געפּרוּווט געפֿינען עפּעס אַ פֿאַרבינדונג. פֿון איין זײַט, איז מיר געפֿעלן, וואָס מע לייענט פֿאָר זאַכן אויף ענגליש; וואָס מע באַטאָנט סאָציאַלע גערעכטיקייט פֿאַר אַלעמען, נישט בלויז פֿאַר ייִדן; וואָס גאָט ווערט גערופֿן „השם‟, אָן דעם פּראָנאָם „ער‟. דאָ האָבן פֿרויען געקענט לייענען פֿון דער תּורה און אַפֿילו זײַן אַ ראַבינער.
פֿון דער צווייטער זײַט, האָב איך זיך קיין מאָל נישט געפֿילט ווי אַ טייל פֿון דער קהילה. ס׳רובֿ מענטשן האָבן אַפֿילו נישט געוווּסט ווי איך הייס. קיינער האָט אונדז קיין מאָל נישט פֿאַרבעטן אויף אַ שבת־מאָלצײַט. ווען איך האָב אַליין עמעצן פֿאַרבעטן, האָט מען מיר געענטפֿערט: „מיר קענען נישט, ווײַל דעמאָלט קוקן מיר אויף די האַקי־מאַטשן‟.
אַן אַנטוישטע, האָב איך איבערצײַגט מײַן מאַן זיך אָנצושליסן אין אַן אָרטאָדאָקסישער „קירובֿ‟־קהילה נישט ווײַט פֿון אונדזער שטוב, און מיר האָבן אָנגעהויבן גיין אין שיל צו־פֿוס. נאָכן פֿאַרברענגען אַ צאָל שבת־מאָלצײַטן אין יענער קהילה, האָב איך זיך געשאַפֿן עטלעכע נאָענטע פֿרײַנד. מײַן מאַן און איך האָבן געכּשרט אונדזער קיך, געפּרוּווט היטן שבת און איך האָב אָנגעהויבן זיך אָנטאָן מער צניעותדיק. אָבער מער ווי דאָס האָב איך פּשוט נישט געקאָנט. כאָטש איך האָב זיך צוגעוווינט צו דער מחיצה אין שיל, האָט מיך ווײַטער געשטערט, וואָס די פֿרויען קענען נישט אָנפֿירן מיטן דאַווענען.
כ׳האָב געוואָלט וויסן, ווי אַזוי האָבן די אַנדערע בעלי־תּשובֿה זיך אַן עצה געגעבן? בײַ זיי האָט עס אויסגעזען אַזוי גרינג צו בײַטן זייער לעבנס־שטייגער, פֿאָלגן אַלע ריטואַלן און דאַווענען כּסדר. איך האָב זיי באַוווּנדערט; כ׳האָב געוואָלט זײַן ווי זיי, אָבער כ׳האָב אויך נישט געוואָלט פֿאַרלירן די פֿרײַהייט צו טאָן וואָס איך וויל, ווען איך וויל.
יאָרן לאַנג האָט זיך מיר געדאַכט, אַז סוף־כּל־סוף, וועל איך שוין אַראָפּקריכן פֿונעם פּלויט: אָדער איך וועל ווערן פֿרום, אָדער — אויס פֿרום. אָבער ניין; ס׳זעט אויס, אַז מײַן גורל איז ווײַטער צו זיצן אויפֿן פּלויט…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.