צווישן די צענדליקער אַקטיאָרן פֿון די בסך־הכּל צען ייִדישע טעאַטער-טרופּעס, געקומען פֿון זיבן לענדער, וואָס האָבן זיך באַטייליקט אינעם ניו־יאָרקער „קולטורפֿעסט‟, איז אויך געווען דער פּאַריזער „טרוים־טעאַטער‟, מיט צוויי פֿאָרשטעלונגען: חיים סלאָוועסעס „המנס מפּלה‟ און באָריס סאַנדלערס פּיעסע „אויפֿן האַלבוועג פֿון בענקשאַפֿט‟.
דעם מאָנאָלאָג האָט באָריס סאַנדלער באַאַרבעט אויפֿן סמך פֿון זײַן נאָוועלע „ערגעץ אויפֿן האַלבוועג פֿון בענקשאַפֿט‟, וואָס איז אַרויס אין 2008 ווי אַ טייל פֿון דער זאַמלונג „רויטע שיכעלעך פֿאַר רייטשעל‟ (זע //yiddish2.forward.com/node/1850).
די מעשׂים פֿון דער פּיעסע קומען פֿאָר אין דער שטאָט נצרת-עילית, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין די 1950ער יאָרן, ווי אַ טייל פֿונעם ציוניסטישן פּלאַן צו „פֿאַרייִדישן‟ דעם אַראַבישן גליל, און האָט מיט אַ 40 יאָר שפּעטער, צוגעצויגן צו זיך אַ סך נײַע אימיגראַנטן פֿונעם געוועזענעם ראַטן-פֿאַרבאַנד. סאַנדלער שילדערט אַ פֿרוי, אַ מוטער און באָבע, וואָס אירע קינדער, ברענגענדיק זי קיין ישׂראל, האָבן זיך אַליין געלאָזט זוכן „זיסערע ערטער‟ צום לעבן. זי בלײַבט מיט איר עלנטקייט פּנים־אל־פּנים, און נאָר דער טעלעפֿאָן איז געוואָרן דער פֿאַרמיטלער צווישן איר און אירע קינדער.
די העלדין פֿונעם מאָנאָלאָג, שׂרה-סאַרוניע, האָט געהאַט איבערגעלעבט דעם חורבן, און דערמאָנט זיך אין געוויסע וויכטיקע עפּיזאָדן פֿון איר לעבן, וואָס האָבן זיך ווידער בײַ איר אויפֿגעוועקט צוליבן דעם פֿילם-אינטערוויו, וואָס זי גיט פֿאַר דער „שפּילבערג‟-פֿונדאַציע. זי געפֿינט אַ פּאַראַלעל צווישן דעם „חדר בטחון‟ (זיכערהייט-צימער) אין ישׂראל מיט זײַנע גאַז-מאַסקעס און מינעראַל-וואַסער, און די עת-צרה־זאַכן אין דער אַלטער היים, וואָס טראָגן בײַ איר איין נאָמען — „מע-זאָל-עס-נישט-באַדאַרפֿן‟. דאָס פֿאַרגלײַכן די סכּנותדיקע אָביעקטן פֿון פֿאַרשיידענע צײַטן, טראָגט, אַוודאי, אַ פּערזענלעכן כאַראַקטער; עס דערמאָנט אָבער פֿאָרט די אָנגייענדיקע נאַציאָנאַלע טראַוומע, וואָס ישׂראל טראָגט אין זיך טאָג־טעגלעך.
דער געוועזענער פּאָליטיקער, אַבֿרהם בורג, שרײַבט אין זײַן בוך „דער חורבן האָט זיך געענדיקט‟ (The Holocaust is Over, 2008), אַז ישׂראל איז געוואָרן „אַ מולטי-טראַוומע־געזעלשאַפֿט‟, וווּ די נאַציאָנאַלע דאָקטרינע פֿון „שמשון הגיבור דער נעבעכדיקער‟ דאָמינירט (די ייִדישע פֿראַזע שטאַמט פֿון לווי אשכּול; דאָס הייסט, די צונויפֿשמעלצונג פֿון די סתּירהדיקע עלעמענטן פֿון כּוח און שוואַכקייט). זי לאָזט נישט ישׂראל, וואָס איז געוואָרן „אַ נאַציע פֿון קרבנות‟, בײַצוקומען אירע שדים, און שלום צו מאַכן מיט די אַראַבער. שׂרה-סאַרוניעס געשטאַלט שפּיגלט אם-כּן אָפּ נאָר איין זײַט פֿון אָט דער מטבע: די זײַט פֿון די גאָר שוואַכע.
פּרים-מרגלית שפּילט שוין אַכט יאָר אינעם פּאַריזער „טרוים-טעאַטער‟. ווי זי האָט אַליין דערקלערט אין איר געשפּרעך מיטן פּאַריזער ייִדישן זשורנאַל „טעם-טעם‟ (מאַרץ 2015), איז איר נישט לײַכט געווען אי אויסצולערנען שׂרה-סאַרוניעס לאַנגן מאָנאָלאָג, אי זיך אַן עצה צו געבן מיט אירע אייגענע שטאַרקע עמאָציעס. פּרים-מרגלית זאָגט, אַז בײַם אָנהייב פֿון דער אַרבעט איבער דער פּיעסע, האָט זי „נישט געקענט זיך אײַנהאַלטן פֿון וויינען‟.
יעדנפֿאַלס, נאָך זעקס אויפֿטרעטן מיט דער פּיעסע אין פּאַריז פֿאַר אָנגעפּאַקטע זאַלן, האָט פּרים-מרגלית זיך געטראָפֿן אויך אין ניו-יאָרק, אינעם Abrons Arts Center מיט אַן ענטוזיאַסטישן עולם, וואָס האָט געשלונגען יעדעס וואָרט אירס, און איז פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿון איר יעדן זשעסט. איר האָט זיך לגמרי אײַנגעגעבן די ראָלע פֿון דער איינזאַמער אַלטער פֿרוי. איר יעדע קליינע העוויה אויפֿן פּנים האָט אויסגעדריקט ווייטיק און צער; איר אופֿן פֿון האַלטן זיך, און אירע אָנגעפּלאָגטע אויגן — אַלץ האָט אויפֿגעלעבט און געאָטעמט מיט רוח-החיים.
איר מײַסטערישע האַנט האָט צוגעלייגט צו דער אויפֿפֿירונג די רעזשיסאָרין שאַרלאָט מעסער.
דער גערירטער עולם איז געבליבן אין זאַל נאָך דער פּיעסע, צו שטעלן זײַנע פֿראַגעס דעם מחבר. מע דאַרף באַדאַנקען די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון „קולטורפֿעסט‟ פֿאַר דער געלעגנהייט צו זען דאָ אין ניו-יאָרק, איכותדיקן ייִדישן טעאַטער פֿון דער גאָרער וועלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.