מיט פֿינף יאָר צוריק אין מאה־שערים, איז מיר אויסגעקומען צו כאַפּן אַ שמועס מיט אַ סטאָלינער חסיד און זײַן זון פֿון זעקס אָדער זיבן יאָר. אין אַ קליינעם הויף, אַרומגערינגלט מיט קליינע שטיינערנע דירה־הײַזער, האָבן מיר געזוכט דעם וועג, פֿון וואַנען עס שטאַמען אונדזערע משפּחות, און ווי אַזוי זיי זענען אָנגעקומען אין אַמעריקע און ישׂראל. בעת איך און דער סטאָלינער חסיד האָבן גערעדט, האָט זײַן זון געקוקט אויף אונדז און געשוויגן, ביז מיר זענען געקומען צום מאָמענט, ווי אַזוי די סאָוועטן און די אַמעריקאַנער האָבן געוווּנען די מלחמה. דעמאָלט האָט דאָס ייִנגעלע פּלוצלינג אַ זאָג געטאָן: „איך ווייס ניט, ווער ס׳האָט געוווּנען די מלחמה, אָבער מיר ייִדן האָבן פֿאַרלוירן‟.
איך בין געווען פּשוט פֿאַרגאַפֿט פֿון זײַן באַמערקונג, ווײַל אַ גאַנץ לעבן האָב איך בלויז געהערט, ווי אַזוי די ייִדן האָבן דווקא מנצח געווען איבער היטלערן און אַז דאָס, וואָס ס׳איז נאָך אַלץ דאָ אַ ייִדיש לעבן הייסט, אַז די נאַציס האָבן דווקא פֿאַרשפּילט. צו הערן אַ פֿאַרקערטע דעה, אַפֿילו פֿון אַ קליין קינד, האָט בײַ מיר אויסגעזען ווי אַ שטיק אַפּיקורסות. נאָך אַ פּאָר טעג, אָבער, פֿון אַרומטראַכטן דעם ענין בין איך געקומען צום אויספֿיר, אַז דאָס חסידל איז געווען, צום טייל, גערעכט.
איך דערמאָן זיך איצט אינעם שמועס צוליב דעם, וואָס עס האָט זיך לעצטנס פֿאַרשפּרייט אַ „פּאָסט‟ אויף „פֿייסבוק‟ פֿון אַ זײַטל, געווידמעט די אינטערעסן פֿון די אייניקלעך פֿון דער שארית־הפּליטה, אין וועלכן ס׳איז געשטאַנען דער אָנזאָג, אַז „מיר ייִדן האָבן, סוף־כּל־סוף, מנצח געווען איבער היטלערן!‟. דער „פּאָסט‟ האָט איבערגעגעבן די ידיעה, אַז לויט אַן אָפּשאַצונג פֿונעם Jewish People Policy Institute וועט די באַפֿעלקערונג פֿון ייִדן איבער דער וועלט אָט-אָט דערגרייכן 16.6 מיליאָן נפֿשות צום ערשטן מאָל זינט 1939.
קודם, דאַרף איך, סײַ ווי אַ זשורנאַליסט און סײַ ווי אַ שטיקל היסטאָריקער דערצו, דערקלערן, אַז איך האָב אַליין אויסגעפֿאָרשט דעם ענין, און די ייִדישע באַפֿעלקערונג איז הײַנט נאָך אַלץ אַ סך ווייניקער ווי אין 1939. אויב מע שאַצט אָפּ די צאָל ייִדן אויפֿן זעלביקן שטייגער, לויט וועלכן מע האָט זי געציילט אין 1939, (דאָס הייסט, בלויז מענטשן וואָס האָבן ייִדישע עלטערן און אידענטיפֿיצירן זיך ווי ייִדן), וואָלט די איצטיקע ייִדישע באַפֿעלקערונג ניט געווען קיין 16.6 מיליאָן נפֿשות, נאָר אַרום 14 מיליאָן; אָבער דאָס איז באמת ניט שייך. מיר גייט ניט אָן די איצטיקע צאָל ייִדן, נאָר דאָס, וואָס מענטשן נעמען אַרויס פֿון דעם סימבאָלישן פֿאַקט, אַז די צאָל ייִדן איז כּלומרשט די זעלביקע ווי פֿאַרן חורבן.
וואָס מיינט עס, אַז די „ייִדן האָבן, סוף־כּל־סוף, מנצח געווען איבער היטלערן‟? אויב מיר מעסטן אַזאַ „נצחון‟ בלויז לויט דער צאָל ייִדן, וואָס זענען געווען אין 1939 און די צאָל וואָס לעבן הײַנט, וועלן מיר יאָ דערגרייכן אַזאַ „נצחון‟; אויב ניט אינעם קומענדיקן יאָר, איז זיכער אין די קומענדיקע 20 יאָר. אָבער בלויז אויף אַ ריין סטאַטיסטישן אופֿן פֿון מעסטן איז דאָס פֿאַלש: אין 1939 זענען בסך־הכּל געווען אויף דער וועלט 2.3 ביליאָן מענטשן, און די ייִדישע באַפֿעלקערונג האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט 0.7% פֿון דער וועלט־באַפֿעלקערונג. הײַנט זענען דאָ אַרום 7.3 ביליאָן מענטשן און בלויז 0.2% פֿון דער וועלט־באַפֿעלקערונג באַשטייט פֿון ייִדן. אַנדערש געזאָגט, אויב מיר זענען זיך משער, אַז אָן דעם חורבן וואָלט די ייִדישע באַפֿעלקערונג זיך צעוואַקסן, מער־ווייניקער, לויט דער זעלביקער ראַטע ווי די וועלט־באַפֿעלקערונג בכלל, וואָלטן הײַנט געווען אַרום 51 מיליאָן ייִדן, די מערהייט אין מיזרח־אייראָפּע.
די צאָל ייִדן, וואָס וואָלט אפֿשר געלעבט, ווען ניט דער גענאָציד, איז אָבער נאָר אַ קליינער טייל פֿונעם ענין. עס גייט ניט אינעם „וויפֿל‟, נאָר אין דעם וואָס פֿאַר אַ סאָרט ייִדן וואָלט עס געווען. אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וואָס האָט זעקס יאָרצענדליק געהאַט די גרעסטע ייִדישע באַפֿעלקערונג נאָכן חורבן, האָבן די ייִדן געהאַלטן אין איין אַסימילירן זיך. אין פּוילן, ליטע, רומעניע, בעסאַראַביע און אַפֿילו אינעם פֿאַר־מלחמדיקן ראַטן־פֿאַרבאַנד (דאָס הייסט, אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד), וואָלט די אַסימילאַציע געווען זייער אַ סך ווייניקער ווי אין אַמעריקע, ווײַל די ייִדן זענען דאָרט ניט געווען קיין אימיגראַנטן, נאָר אײַנגעוואָרצלטע תּושבֿים.
פֿאַרשטייט זיך, אַז ס׳וואָלט יאָ געהאַט געווען אַן אַסימילאַציע און מסתּמא מער ווי פֿריִער, אָבער ווײַט ניט אַזוי פֿיל ווי עס איז געווען צוליב דעם, וואָס די פֿאַרבליבענע רעשטלעך פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג זענען געווען אַזוי קליין. מע וואָלט הײַנט זיכער געהאַט העכער 25 מיליאָן ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע, צוזאַמען מיט ייִדישע שולן, טעלעוויזיע־סטאַנציעס, געריכטן און אַזוי ווײַטער. דאָס איז בלויז וואָס שייך ייִדיש אין אייראָפּע. אויסער אייראָפּע, וואָלט די ייִדישע שפּראַך געווען אַ סך שטאַרקער, צוליב די אַלע אימיגראַנטן, וואָס וואָלטן כּסדר געקומען פֿון אייראָפּע. דער מצבֿ וואָלט מסתּמא ניט געווען אַזוי שטאַרק ווי אין ניו־יאָרק אין די 1930ער יאָרן, אָבער פֿאָרט זייער אַנדערש פֿון הײַנט.
ייִדיש איז נאָר איין אַספּעקט פֿון דעם אַלעמען. דער חורבן האָט אויך פֿאַרטיליקט די דזשודעזמאָ־רעדנדיקע ציוויליזאַציע אין גריכנלאַנד און אין די באַלקאַנען; דאָס דײַטשיש־רעדנדיקע ייִדנטום מיט איר אייגענער קולטור און מסורות. אויפֿן רעליגיעזן פֿראָנט זענען די פֿרומע ייִדן געוואָרן אַ סך פֿרימער, אָפֿט מאָל עקסטרעם פֿרום, אין פֿאַרגלײַך מיט דעם, ווי זיי האָבן זיך געפֿירט פֿאַר דער מלחמה. פֿון דער אַנדערער זײַט איז הײַנט כּמעט קיין שפּור ניט געבליבן פֿון די וועלטלעכע אָבער ווײַט ניט אַסימילירטע ייִדישע מאַסן־באַוועגונגען, וואָס האָבן געבליט אין אייראָפּע פֿאַר דעם חורבן. צו זײַן אַ וועלטלעכער ייִד הייסט הײַנט געוויינטלעך אין אַמעריקע כּמעט גאָרניט וויסן וועגן ייִדן אָדער ייִדישקייט. דאָס וואָלט אַלץ געווען גאַנץ אַנדערש, כאָטש אין אייראָפּע, ווען עס וואָלט קיין חורבן ניט געווען.
צי הייסט דאָס, אַז די נאַציס האָבן טאַקע געוווּנען? איך ווייס ניט. עס קען זײַן, אַז היטלער האָט, צום טייל, יאָ געוווּנען, כאָטש וואָס שייך די ייִדן. עס ווענדט זיך אין גאַנצן אין דעם, וואָס עס הייסט „צו געווינען‟.
ווי עס זאָל ניט זײַן, האַלט איך, אַז דער צוגאַנג, אַז מיר ייִדן האָבן „מנצח‟ געווען נאָר צוליב דעם, וואָס עס איז דאָ כּמעט די זעלביקע צאָל ייִדן ווי מיט 76 יאָר צוריק, איז אין גאַנצן אַ פֿאַלשער. אַזאַ צוגאַנג איגנאָרירט וויפֿל קולטור און גײַסטיקן כּוח האָט מען פֿאַרלוירן, ניט בלויז צוליב די זעקס מיליאָן קדושים וואָס זענען אויסגעהרגעט געוואָרן, נאָר צוליב די 4 דורות פֿון צענדליקער מיליאָנען ייִדן, וואָס זענען קיינמאָל ניט געבוירן געוואָרן. דער פֿאַקט, וואָס ס׳רובֿ הײַנטיקע יונגע ייִדן ווייסן אַפֿילו ניט, וויפֿל מע האָט פֿאַרלוירן וואָס שייך קולטור ווײַזט בולט, ווי „דערפֿאָלגרײַך‟ דער חורבן איז טאַקע געווען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.