וואַנדער איך מיר לוסטיק
אין רעגן און אין קעלט,
זינג איך מיר אַ פֿריילעכס
פֿײַף איך אויף דער וועלט.
„וואַנדער איך מיר לוסטיק‟, נתן „פּרינץ‟־נאַזאַראָף
אין 1954 האָט די פּלאַטע־פֿירמע „פֿאָלקווייז‟ (Folkways), אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון שלום אַשס זון, מאָו (משה), אַרויסגעלאָזט איר צווייטע רעקאָרדירונג פֿון ייִדישע לידער — „ייִדישע פֿריילעך־לידער‟, געזונגען פֿון „פּרינץ‟־נאַזאַראָף. אויף דער דאָזיקער פּלאַטע האָט מען געהערט ווי דער „פּרינץ‟ זינגט סאָלאָ, באַגלייטנדיק זיך אַליין אויף אַן אינסטרומענט, וואָס כּמעט קיינער האָט פֿון דעם נישט געהערט — אַן אָקטאָפֿאָן, אַ מין מאַנדאָלין. כּמעט אַלע לידער זענען געווען געבויט אויף אַנדערע באַקאַנטע מעלאָדיעס, ווי „טום־באַלאַלײַקע‟, אָדער „אַרום דעם פֿײַער‟, מיט נאַזאַראָפֿס ווערטער; מע האָט געקאָנט הערן, ווי אַ מאַן מוטשעט זיך מיט ציפּקע צרות, אָבער פֿון דעסטוועגן, האָט ער הנאה פֿון דער וועלט.
מיט אַן ערך זעכציק יאָר שפּעטער איז אינספּירירט געוואָרן דער זינגער דן קאַהן, וואָס וווינט הײַנט אין בערלין, צו רעקאָרדירן אויף ס’נײַ אַלע נאַזאַראָפֿס לידער און צוגעבן ענגלישע ווערטער, אָבער דער עיקר, „אָפּגעבן כּבֿוד זײַן ענערגיע און עסטעטיק‟, לויט די ווערטער פֿון קאַהן. האָט ער געשאַפֿן אַ גרופּע, וואָס רופֿט זיך „די ברידער נאַזאַראָף‟ און יעדער אין דער גרופּע האָט באַקומען אַ נײַעם משפּחה־נאָמען — דן איז געוואָרן דאַניק נאַזאַראָף, מיישקע אַלפּערט — מישקע נאַזאַראָף, פּסוי קאָראָלענקאָ — פּאַשאַ נאַזאַראָף, דשייק שולמאַן־מענט — יאַנקל נאַזאַראָף, האַמפּוס מעלין — העמפּל נאַזאַראָף, באָב כּהן — זעליק נאַזאַראָף; אַלע גוט באַקאַנט אין דער קלעזמערוועלט.
אויף יו־טוב קען מען הערן ווי די גרופּע זינגט „וואָדקאַ‟.
ווי אַ גרופּע, אַ פֿריילעכע באַנדע, איז מען אויפֿגעטראָטן שוין צוויי יאָר איבער דער וועלט, און אַ פֿילמאָגראַף אין בודאַפּעשט וועט אין גיכן אַרויסלאָזן אַ פֿילם וועגן זייערע נסיעות און קאָנצערטן. ערשט לעצטנס האָט „פֿאָלקווייז‟, הײַנט אַ טייל פֿונעם חשובֿן „סמיטסאָניאָן אינסטיטוט‟ אין וואַשינגטאָן, אַרויסגעגעבן די רעקאָרדירונג „די ברידער נאַזאַראָף” [The Brothers Nazaroff], מיטן אונטערקעפּל „דער פֿריילעכער פּרינץ‟.
דאָס קאָמפּאַקטל אַליין, נישט בלויז די מוזיק, נאָר דער אויסזען און תּוכן, איז ממש צו באַווּוּנדערן. דער קאַריקאַטוריסט בען קאַטשאָר האָט געצייכנט די גרופּע אויפֿן דעקל, און זײַנס אַ צייכענונג פֿונעם „פּרינץ‟ זעט מען, ווען מע עפֿנט דאָס. אינעם באַגלייט־ביכל קען מען לייענען דרײַ אינטערעסאַנטע עסייען וועגן נאַזאַראָף און זײַן מוזיק. דער הומאָריסט און שרײַבער מײַקל וועקס שטעלט פֿאָר נאַזאַראָף אין זײַן געזעלשאַפֿטלעכן קאָנטעקסט, ווי אַ מוסטער פֿון דער פּאָפּולערער ייִדישער קולטור, וואָס איז געווען אַ סך מער פֿאַרשפּרייט אין אַמעריקע אין די 1950ער יאָרן, ווי די אַזוי־גערופֿענע ייִדישיסטישע קולטור. וועקס גיט אויך איבער ביאָגראַפֿישע פּרטים פֿונעם מיסטעריעזן נאַזאַראָף. קיין סך וועגן זײַן לעבן ווייסט מען ניט — נתן נאַזאַראָף איז געבוירן געוואָרן אין רוסלאַנד אין 1892 און געקומען קיין אַמעריקע אין 1914. אין זײַן פּלאַטע פֿון 1954 רופֿט ער זיך אַליין אַ „שטערן‟ פֿון דעם ראַדיאָ און דער בינע, אָבער קיין באַווײַזן דאָס צו באַשטעטיקן האָט מען נאָך נישט געפֿונען.
אין מיישקע אַלפּערטס עסיי, „באָרדוואָק־מוזיק‟, באַשרײַבט ער, ווי ער איז אויפֿגעוואַקסן, הערנדיק אַזאַ מוזיק צווישן די עלטערע ייִדן אין לאָס־אַנדזשעלעס אין די פּאַרקן און בײַם ברעג ים, אויפֿן „באָרדוואָק‟. מע האָט דאָרטן געזונגען ייִדישע און רוסישע לידער, און ניגונים. שפּעטער האָט אַלפּערט די מוזיק ווײַטער געהערט אין ברײַטאָן־ביטש, ברוקלין, אַ דאַנק די ייִדיש־רעדנדיקע רוסישע אימיגראַנטן, וואָס זענען געקומען קיין ניו־יאָרק אין די 1970ער און 1980ער יאָרן.
אין דן קאַהנס אַרטיקל דערציילט ער וועגן דעם געדאַנק צו שאַפֿן די גרופּע און רעקאָרדירונג. בעת זײַן פֿאָרשונג אויסצוגעפֿינען מער וועגן נתן נאַזאַראָף, האָט קאַהן געפֿונען אַלטע רוסישע רעקאָרדירונגען פֿון אים, ווי אויך נישט־געניצטע רעקאָרדירונגען פֿון דער „פֿאָלקווייז‟־פּלאַטע פֿון 1954, וואָס האָט בלויז אַרײַנגענומען נײַן לידער.
דאָס נײַע קאָמפּאַקטל „דער פֿריילעכער פּרינץ‟ האָט 14 לידער, און הייבט זיך אָן מיטן ליד „וואַנדער איך מיר לוסטיק‟, צו דער מעלאָדיע פֿונעם באַקאַנטן רוסישן ליד „מאַטראָסן־טאַנץ‟. צו דער מעלאָדיע פֿון „טום־באַלאַלײַקע‟ האָט נאַזאַראָף אַרײַנגעוועבט זײַן אייגענע פֿאַנטאַזיע מיט יונגע מיידלעך, אָן שום שײַכות צום אָריגינאַל. זײַן נוסח פֿון „אַרום דעם פֿײַער‟ איז דווקא גאָר נאָענט צום טראַדיציאָנעלן ליד, אָבער ער מאַכט פֿון דעם אַ פּאָפּורי פֿון אַלטע פּאָפּולערע רוסישע לידער. אין „פֿאָרט אַ פֿישער אויפֿן ים‟ האַלט ער זיך בײַ עליזה גרינבלאַטס ווערטער, אָבער דער ריטעם איז אַ סך גיכער און פֿריילעכער.
אויב ס׳איז פֿאַראַן איין ליד נאַזאַראָפֿס, וואָס איז מער באַקאַנט איז דאָס „איך, אַ מזלדיקער ייִד‟, וואָס זעט אויס צו זײַן אַן אָריגינעלע מעלאָדיע.
האָב איך קינדער קליינע פֿיל
קינדער — הוילע נחת.
האָב איך חובֿות מער ווי האָר
און קיין „סענט‟ אין „פּאַקעט‟.
סײַ דן קאַהן, סײַ פּסוי קאָראָלענקאָ זענען מײַסטער־איבערזעצערס פֿון ייִדיש אויף ענגליש און רוסיש. בײַ זיי וועט מען זעלטן הערן אַ פּינקטלעכע איבערזעצונג, נאָר נײַע ווערטער, וואָס כאַפּן דעם טעם און גײַסט פֿונעם אָריגינאַל פֿאַר אַ נײַעם דור. פֿון די נײַ־אַנטדעקטע לידער געפֿעלט מיר צום בעסטן „איך פֿלי‟, וואָס רעכנט פּשוט אויס שטעט און לענדער איבער דער וועלט, וווּ דער זינגער וואַנדערט, געזונגען צו דער מעלאָדיע פֿון „רב דודלס ניגון‟.
די „ברידער נאַזאַראָף‟ האָבן גוט פֿאַרשטאַנען דעם פֿרײלעכן גײַסט פֿון נתן „פּרינץ‟־נאַזאַראָף, און די מוזיקער אין דער גרופּע זענען פּונקט צוגעפּאַסט אויסצופֿירן זײַן שליחות, וואָס מע קען אויסדריקן מיט צוויי ווערטער — הוליע קבצן!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.