די דראַמאַטישע געשעענישן פֿון די לעצטע פּאָר יאָר, װאָס האָבן אױפֿגעטרײסלט די פּאָליטישע סטאַבילקײט פֿון מיזרח־אײראָפּע ביז מיטל־מיזרח, האָבן אױפֿגעװאַכט אַן אינטערעס צו דער פּאָליטישער געשיכטע פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. װי אַזױ איז די װעלט געקומען צו אַזאַ מין מצבֿ, און װוּ דאַרף מען זוכן די װאָרצלען פֿון דער איצטיקער פּלוצעמדיקער אומסטאַבילקײט? אמת, די „ייִדישע פֿראַגע‟ שפּילט אַ קנאַפּע ראָלע אין דער הײַנטיקער אײראָפּעיִשער און מיטל־מיזרחדיקער פּאָליטיק, אָבער אַ מאָל האָבן די ייִדן יאָ מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ װאָגיקן פּאָליטישן כּוח. די ייִדישע װעלט־פּאָליטיק האָט דערגרײכט איר שפּיץ נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה, װען די דרײַ גרױסע מאַכטן — ענגלאַנד, פֿראַנקרײַך און אַמעריקע — האָבן זיך גענומען צו שאַפֿן אַ נײַע װעלט־אָרדענונג.
דער ענין פֿון ייִדן און אַנדערע „קלײנע פֿעלקער‟ פֿון מיזרח־אײראָפּע אין דער תּקופֿה צװישן די בײדע װעלט־מלחמות איז געװען די טעמע פֿון אַן אַקאַדעמישער טרעפֿונג אין דער ענגלישער שטאָט סאַוטהעמפּטאָן. די רעפֿערענטן האָבן באַהאַנדלט די פּאָזיציע פֿון ייִדן אין פֿאַרשידענע פּאָליטישע און געזעלשאַפֿטלעכע פּראָיעקטן אין ליטע, לעטלאַנד, װײַסרוסלאַנד און אוקראַיִנע ערבֿ און נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה. לרובֿ זײַנען די דאָזיקע פּראָיעקטן ניט מקוים געװאָרן, אָבער זײערע אינטעלעקטועלע יסודות פֿאַרמאָגן אַ געװיסן פּאָטענציאַל פֿאַרן הײַנטיקן טאָג.
די נײַ־אױפֿגעקומענע מלוכות אין מיזרח־אײראָפּע האָבן באַדאַרפֿט שאַפֿן נײַע פּאָליטישע און געזעלשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס, כּדי צו פֿאַרפֿעסטיקן זײער נאַציאָנאַלן קיום. דערבײַ האָבן די גרױסע אײראָפּעיִשע מאַכטן געצװוּנגען די קלענערע צו גאַראַנטירן פּאַסיקע באַדינגונגען פֿאַר נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן, ייִדן בתוכם. אַזױ אַרום זײַנען אַנטשטאַנען כּלערלײ פּראָיעקטן פֿון דער נאַציאָנאַלער אױטאָנאָמיע, וואָס זייערע צװעקן זײַנען געווען אונטערצושטיצן קולטור און בילדונג פֿון די מינאָריטעטן. אַזאַ מין ייִדישע אױטאָנאָמיע האָט עקזיסטירט אין די 1920ער יאָרן אין די באַלטישע לענדער. אין ליטע און לעטלאַנד איז זי אָפּגעשאַפֿן געװאָרן אין די 1920ער יאָרן, אָבער אין עסטלאַנד, װאָס האָט געהאַט בסך־הכּל אַרום פֿינעף טױזנט ייִדן, האָט די קולטורעלע אױטאָנאָמיע עקזיסטירט ביז דער סאָװעטישער אַנעקסיע אין 1940.
די הײַנטיקע אָפּשאַצונגען פֿון די אױטאָנאָמישע פּראָיעקטן זײַנען צומאָל אָפּהענגיק פֿון דעם פֿאָרשער און זײַנע פּאָליטישע אָנזיכטן. פֿונעם הױפּטשטראָמיקן ציוניסטישן שטאַנדפּונקט, למשל, איז דאָס געװען ניט מער װי אַ פֿאַרפֿירערישע אילוזיע פֿון אַ „נאָרמאַלער‟ ייִדישער עקזיסטענץ אין גלות; אָבער פּראָפֿעסאָר מרדכי זאַלקין פֿון בן־גוריון–אוניװערסיטעט אין באר־שבֿע, אַ מומחה פֿון ליטװישן ייִדנטום האַלט, אַז די ייִדישע אױטאָנאָמיע אין דער ליטװישער רעפּובליק איז געװען אַ מין מאָדעל פֿאַר דער ייִדישער מלוכישקײט. אונטער דער השגחה פֿון דער מיניסטעריע פֿאַר ייִדישע ענינים און מיט אַ געװיסער מאַטעריעלער שטיצע מצד דער ליטװישער רעגירונג האָט מען געשאַפֿן ניט נאָר ייִדישע שולן, נאָר אַ גאַנצע נעץ פֿון קולטורעלע, פּראָפֿעסיאָנעלע און װירטשאַפֿטלעכע אַנשטאַלטן. די פֿירנדיקע ראָלע האָבן אין דער דאָזיקער אױטאָנאָמיע געשפּילט דװקא די ציוניסטן. װען די דאָזיקע אױטאָנאָמיע האָט אין יאָר 1926 נאָך דעם מיליטערישן איבערקער אָנגעװױרן די מלוכישע שטיצע, האָט אַ היפּשע צאָל ייִדן, צװישן זיי אויך די אָנפֿירער פֿון דער קהילה, פֿאַרלאָזט ליטע.
פֿאַרשידנאַרטיקע פּלענער פֿאַר נאַציאָנאַלע אױטאָנאָמיעס זײַנען אַנטװיקלט געװאָרן נאָך פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה, װען די „קלײנע נאַציעס‟, װאָס זײַנען דעמאָלט געװען אַ טײל פֿון דער רוסישער און עסטרײַך־אונגאַרישער אימפּעריעס, האָבן אָנגעהױבן צו קעמפֿן פֿאַר זײערע פּאָליטישע רעכט. לכתּחילה איז דאָס געװען אַ טעאָרעטישע געניטונג פֿאַר אינטעלעקטואַלן. ייִדן, פּאָליאַקן, ליטװינער און אוקראַיִנער האָבן געפֿירט לאַנגע שמועסן אין קאַפֿע־הײַזער פֿון װין, פּאַריז, ניו־יאָרק און בערלין, װוּ זײ האָבן אױסגעטראַכט אַ נײַעם פּאָליטישן סדר פֿאַר אײראָפּע. אָבער די װירקלעכקײט האָט זיך אַרױסגעװיזן אַ סך ערגער פֿון זײערע חלומות. אַנשטאָט דעם בהדרגהדיקן פּראָגרעס איז געקומען די קאַטאַסטראָפֿע פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה, און די נײַע אײראָפּע איז אַנטשטאַנען אױף די חורבֿות פֿון דער אַלטער װעלט.
די דאָזיקע מיזרח־אײראָפּע איז געװען אַ געמישטער פּועל־יוצא פֿון אידעאַליסטישע חלומות און פֿון דער האַרבער װירקלעכקײט. די אידעאַלן פֿון טאָלעראַנץ, דעמאָקראַטיע און מינאָריטעטן־רעכט זײַנען געפֿאַלן אַ קרבן פֿון פּאַרטײ־אינטערעסן, מיליטערישע אַמביציעס און דעם װוּקס פֿון נאַציאָנאַליזם אין די אױפֿגעקומענע נאַציאָנאַלע מלוכות. די פּאָליטישע אַנטװיקלונג אין די באַלטישע לענדער, פּױלן, רומעניע און אונגאַרן איז געגאַנגען פֿון דעמאָקראַטיע צו דיקטאַטור, װאָס האָט געבראַכט אַ סך צרות די ייִדן. אין סאָװעטן–פֿאַרבאַנד האָט סטאַלינס דיקטאַטור דערשטיקט אַלע נאַציאָנאַלע באַװעגונגען, און אין דעם זין איז דער גורל פֿון ייִדן געװען ניט ערגער פֿון אַנדערע פֿעלקער.
די הײַנטיקע מערבֿדיקע דעה־זאָגערס אינעם אײראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד האָבן כּסדר אַ קנאַפּן פֿאַרשטאַנד וועגן די פּרטים פֿון דער מיזרח־אײראָפּעיִשער געשיכטע. אָבער אין מיזרח־אײראָפּע שפּילט די געשיכטע אַ היפּשע פּאָליטישע ראָלע, און כּלערלײ היסטאָרישע פּאַראַלעלן װערן אױסגענוצט דורך די פּאָליטישע דעמאַגאָגן פֿון פֿאַרשידענע שאַטירונגען. די ייִדישע געשיכטע װערט כּסדר פֿאַרשװיגן אין די דאָזיקע היסטאָריש־פּאָליטישע װיכּוחים, װײַל זי איז ניט קיין באַקװעמע סחורה פֿאַר די הײַנטיקע נאַציאָנאַליסטן. דװקא דערפֿאַר פֿאַרמאָגט די ייִדישע געשיכטע אַ גרױסן באַטײַט פֿאַר דער צוקונפֿט פֿון אײראָפּע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.