דער צענטער „פּעטערבורגער ייִדישע לימודים‟ פֿונעם אייראָפּעיִשן אוניווערסיטעט אין סאַנקט־פּעטערבורג האָט אָרגאַניזירט אַ 4־טאָגיקן סעמינאַר פֿון יונגע געלערנטע, דאָקטאָראַנטן און סטודענטן. די באַטייליקטע האָט מען צעטיילט אויף 3 גרופּעס. די ערשטע גרופּע, פֿון מוזיי־מיטאַרבעטער, אָנגעפֿירט פֿון אַלאַ סאָקאָלאָוואַ, האָט געפֿאָרשט די פּרינציפּן פֿון אַרבעט מיט ייִדישע מוזיי־זאַמלונגען אויפֿן סמך פֿון דער זאַמלונג „יהדות‟, וואָס געהערט צו דעם מלוכישן מוזיי פֿון רעליגיעס־געשיכטע. די צווייטע גרופּע, אין שפּיץ מיט אַלכּסנדר איוואַנאָוו, האָט שטודירט אַרכיוו־קוואַלן, וואָס געפֿינען זיך אין פּעטערבורג, און די דריטע גרופּע, אָנגעפֿירט פֿון וואַלערי דימשיץ, האָט זיך פֿאַרנומען מיט ליטעראַרישע איבערזעצונגען פֿון ייִדיש.
מע האָט אויסגעקליבן י. ל. פּרצעס זאַמלונג „בילדער פֿון פּראָווינץ־רײַזע‟, יעדער אָנטייל־נעמער האָט איבערגעזעצט עפּעס אַ טייל פֿונעם בוך; און אויפֿן סעמינאַר האָט מען אַנאַליזירט און אויסגעבעסערט די איבערזעצונגען. דאָס בוך אין דער נײַער רוסישער איבערזעצונג וועט אַרויס אין די נאָענטסטע יאָרן.
די טעמע פֿון זאַמלונגען איז די וואָך אַקטועל געוואָרן אויך פֿאַר דעם מאָסקווער נײַעם ייִדישן מוזיי. דאָרטן במשך פֿון דער אויסשטעלונג „פּראָצעס פֿון דרײַ מיליאָנען. פּלאַקאַטן פֿון אלכּסנדר דאָבראָווינסקיס זאַמלונג‟, וואָס מיר האָבן שוין וועגן דעם דערציילט, — איז פֿאָרגעקומען אַ באַגעגעניש מיט אַלכּסנדר דאָבראָווינסקין גופֿא. ער האָט דערציילט וועגן זײַנע קאָלעקציעס: געווער, מיליטער־סימבאָלן, סאָוועטישער פֿאַרפֿאָר, טיבעטער איקאָנעס, בילדערײַ און היסטאָרישע אַרטעפֿאַקטן; ווי אויך וועגן די באַזונדערקייטן פֿון זאַמלען אין רוסלאַנד, אייראָפּע און אין אַמעריקע.
אַן אַנדער לעקציע, אויך דורכגעפֿירט אינעם מוזיי אין די ראַמען פֿון דער אַקאַדעמישער פּראָגראַם. מיטן רעפֿעראַט „רעכטלעכע לאַגע פֿון ייִדן אין מוסולמענישע לענדער‟ איז אויפֿגעטראָטן דער דאָצענט פֿון מאָסקווער מלוכה־אוניווערסיטעט מאַקסים האַמאַל. ער האָט גערעדט וועגן דעם, ווי אַזוי עס זענען אַנטשטאַנען די רעכטלעכע נאָרמעס לגבי ייִדן אין איסלאַם, וועגן דעם באַגריף „זימי‟, וועגן זײַן פּראַקטישער אָנווענדונג און דער אַנטוויקלונג פֿון אַזאַ פּראַקטיק אין מיטל־אַלטער.
דער מוזיי באַנײַט זײַן אינטער־אַקטיווע אויסשטעלונג. די וואָך איז פֿאָרגעשטעלט געוואָרן אַ נײַע סעריע קורצע פֿילמען, וואָס זײַנען אַרײַן אין דער עקספּאָזיציע, געווידמעט סאָוועטישע קאָמפּאָזיטאָרן: די ברידער פּאָקראַס, איסאַק דונאַיעווסקי, מאַטוויי בלאַנטער. זיי אַלע זענען געבוירן געוואָרן אין ייִדישע משפּחות, וווּ אַ סך קינדער האָבן געהאַט אַ נטיה צו מוזיק, און ניט איינמאָל האָבן זיי געניצט טראַדיציאָנעלע ייִדישע מעלאָדיעס פֿון כּלי־זמר און חזנות. נאָך דעם דעמאָנסטרירן די פֿילמען איז פֿאָרגעקומען אַ קאָנצערט פֿון מאָדערנער מוזיק, געווידמעט די סאָוועטישע קאָמפּאָזיטאָרן. געשפּילט האָט דער מאָדערנער רוסלענדישער קאָמפּאָזיטאָר און פּיאַניסט ראָמאַן סטאָליאַר.
צוויי ידיעות פֿאַרבונדן מיט כּשרות. לאָמיך דערמאָנען, אַז אין מאָסקווע איז שווער צו קריגן כּשר עסן; עס זענען דאָ בלויז עטלעכע כּשרע קראָמען, וואָס איבער אַ העלפֿט פֿון זייער אַסאָרטימענט ווערט פּראָדוצירט אין ישׂראל, 10-8 פֿליישיקע רעסטאָראַנען און בלויז 2 מילכיקע. די וואָך האָט זיך געעפֿנט אַ נײַע כּשרע מילכיקע קאַפֿע „בײַ משהן‟, וואָס געפֿינט זיך בײַם אינטערנאַט פֿאַר ייִדישע קינדער „חמה‟. די וואָך האָט באַקומען אַ כּשרות־צערטיפֿיקאַט אַ טייל פּראָדוקציע פֿון דער קאָמפּאַניע „אַגראָפֿירמאַ רעגיאָן‟, וואָס פּראָדוצירט עפֿיר־בוימלען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.