אַ יאָר נאָכן אָנהייב פֿון דער מלחמה אין עזה, זאָגט אַ הויכער באַאַמטער אין צה״ל, אַז דער „כאַמאַס‟־רעזשים אין עזה איז, אַ פּנים, נישט פֿאַראינטערעסירט אין אַ נײַעם קאָנפֿליקט מיט ישׂראל, און באַמיט זיך אַקטיוו צו פֿאַרהיטן ראַקעטן־אַטאַקן אין נגבֿ מצד די מער עקסטרעמע איסלאַמיסטישע גרופּעס. דאָס שאַפֿט „אַ פּאָטענציאַל פֿאַר אַ שטילשטאַנד אין די קומעדיקע יאָרן‟, האָט ער געזאָגט.
אָבער כּדי דאָס צו דערגרייכן, דאַרף מען אָננעמען שריט צו פֿאַרבעסערן דעם עקאָנאָמישן מצבֿ אין עזה און אויסאַרבעטן אַ פֿאַרשטענדיקונג פֿאַר אַ ווײַט־גרייכיקן שטילשטאַנד צווישן ישׂראל און „כאַמאַס‟, האָט ער געזאָגט.
צה״ל־קוואַלן זאָרגן זיך אָבער וועגן דעם וואַקסנדיקן מחלוקת צווישן דעם פּאָליטישן און מיליטאַנטישן פֿליגל פֿון „כאַמאַס‟. די מיליטאַנטישע כּוחות פּרוּוון אָפֿט אונטערצוגראָבן דעם פּאָליטישן פֿליגל דורכן פּראָוואָצירן ישׂראל. טאַקע דערפֿאַר, האָט דער אָפֿיציר באַמערקט, „וואָלט מסתּמא געווען בעסער, ווען מע פֿאַרוואַנדלט נישט יעדן ראַקעט־אַטאַק אויף ישׂראל אין אַ נאַציאָנאַלן אינצידענט.‟
אַן אַנקעטע אין עזה, דורכגעפֿירט פֿון אַ גרופּע פּאַלעסטינער מיינונג־פֿאָרשער, ווײַזט אָן אויף צוויי גלײַכצײַטיקע פֿענאָמענען: ערשטנס, איז געפֿאַלן די צאָל מענטשן וואָס האַלטן, אַז „כאַמאַס‟ האָט געוווּנען די מלחמה מיט ישׂראל, פֿון 66% ביז 47%. צווייטנס, און מער באַזאָרגנדיק, שטיצן 14% פּאַלעסטינער אין עזה דעם ISIS — צוויי מאָל אַזוי פֿיל ווי אין אַנדערע אַראַבישע לענדער.
במשך פֿון די לעצטע פּאָר חדשים האָט „כאַמאַס‟ אָנגענומען אומגעוויינטלעכע שריט צו פֿאַרהיטן אַטאַקן אויף ישׂראל. די פֿירער האָבן אַרעסטירט און פֿאַרמישפּט מיטגלידער פֿון די עקסטרעמע גרופּעס און אויפֿגעשטעלט גרענעץ־קאָנטראָלן, 300 מעטער פֿונעם מויער צווישן ישׂראל און עזה, כּדי צו האַלטן אַן אויג אויף די באַוועגונגען פֿון די גרופּעס.
אין די 1/2־10 חדשים זינט דעם סוף פֿון דער מלחמה, זענען פֿאָרגעקומען אַכט ראַקעטן־אַטאַקן פֿון עזה אויף ישׂראל, און אַכט אַטאַקן פֿון לײַכטן געווער און אויפֿרײַס־מאַטעריאַל בײַ דער גרענעץ. דאָס איז אַ סך ווייניקער ווי די צאָל אַטאַקן נאָך די ישׂראלדיקע אָפּעראַציעס אין עזה פֿון 2009 און 2012.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.