אַ רומענישע אָרגאַניזאַציע, וואָס פֿירט אַן אויפֿזיכט איבערן אַנטיסעמיטיזם אינעם לאַנד, האָט אַרויסגעזאָגט אַ זאָרג, אַז דער פּלאַן אויפֿצושטעלן אַ ריזיקן מעטשעט אין בוקאַרעשט קאָן גורם זײַן אַן אויפֿשטײַג פֿונעם ראַדיקאַלן איסלאַם און שׂינאה־העצע.
מאַקסימיליאַן מאַרקאָ כּ״ץ, דער גרינדער־דירעקטאָר פֿונעם „צענטער פֿאַרן אויפֿזען און באַקעמפֿן אַנטיסעמיטיזם‟, האָט מאָנטיק, דעם 6טן יולי, זיך אָפּגערופֿן מיט אַ וואָרענונג וועגן די ידיעות אין דער אָרטיקער פּרעסע, לויט וועלכער די רומענישע רעגירונג האָט אָנגענומען דעם פֿאָרלייג מצד דעם טערקישן פּרעזידענט, טאַדזשעפּ טאַיִפּ ערדאָגאַן, אויפֿצושטעלן אויפֿן חשבון פֿון זײַן רעגירונג אַ גרויסן מעטשעט און אַ איסלאַמישן אוניווערסיטעט אין דער רומענישער הויפּטשטאָט. אין אַפּריל, האָט ערדאָגאַן געבעטן רומעניע גוטצוהייסן דעם דאָזיקן פּראָיעקט, וועלכן מע קלײַבט זיך צו פֿאַרווירקלעכן צום יאָר 2018.
כּ״ץ האָט געוואָרנט, אַז דער נײַער איסלאַמישער צענטער וועט צוציִען די ראַדיקאַלע עלעמענטן, וועלכע קאָנען אים פֿאַרוואַנדלען אין אַ באַזע פֿון אַנטיסעמיטישער, אַנטי־קריסטלעכער, אַנטי־דעמאָקראַטישער און פּראָ־טעראָריסטישער טעטיקייט. דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם צענטער האָט צוגעגעבן, אַז די מיליטאַנטישע איסלאַמיסטן שטיצן טעראָריזם און פֿאַרטיידיקן גוואַלדטאַטן סײַ קעגן די ייִדן, סײַ קעגן די קריסטן.
דער פּלאַנירטער קאָמפּלעקס וועט פֿאַרנעמען אַ שטח פֿון 140,000 קוואַדראַט־פֿוס, גענוג פֿאַר 8,000 מתפּללים און סטודענטן. אין אויסטויש, האָט די טערקישע רעגירונג מסכּים געווען אויפֿצושטעלן אַ רומענישן קלויסטער אין סטאַמבול.
דער געוועזענער רומענישער פּרעזידענט טראַיאַן באַסעסקו איז אויך אויפֿגעטראָטן אין דער אָרטיקער מעדיאַ קעגן דעם פּלאַן און באַטאָנט, אַז עס וואָלט געווען אומאַחריותדיק און זייער סכּנותדיק, לויט זײַן מיינונג, אַרײַנצוברענגען מוסולמענישע סטודענטן פֿון אַנדערע לענדער קיין בוקאַרעשט. דער „צענטער פֿאַרן אויפֿזען און באַקעמפֿן אַנטיסעמיטיזם‟ האָט דערקלערט, אַז ער האָט נישט קיין טענות צו וועלכן־ניט־איז רעליגיעזן פּראָיעקט, וואָס פּרעדיקט טאָלעראַנץ. די אָרגאַניזאַציע האָט אָבער געבעטן די רומענישע רעגירונג גוט צו באַטראַכטן די געלט־קוואַלן און די כּוחות, וואָס שטיצן דעם פּראָיעקט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.