די לעצטע װאָך איז קלאָר געװאָרן פֿאַר װאָס די דרײַ ריכטערס, װאָס האָבן זיך געדאַרפֿט אַרויסזאָגן צי דער אָפּמאַך מיט איראַן איז קאָנסטיטוציאָנעל, האָבן אָפּגעלייגט זייער פּסק־דין. די רעגירונג, אויסניצנדיק אַ נײַעם געזעץ, װאָס דער פּאַרלאַמענט האָט אָפּגעשטימט מיט 2 װאָכן צוריק, האָט געביטן דעם ריכטער לויִס קאַבראַל, װאָס לויט אַלע קװאַלן, האָט געזאָלט אָפּשטימען, אַז דער אָפּמאַך איז ניט קאָנסטיטוציאָנעל, און אַז די רעגירונג האָט געװאָלט פֿאַרדעקן איראַנס באַטייליקונג אינעם אַטענטאַט אויף דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה. מען האָט באַשטימט אויף זײַן אָרט אַ יונגן אַדװאָקאַט, לויִס װאַזקעז, װאָס געהערט צו אַ מיליטאַנטישער גרופּירונג, װאָס איז שטאַרק פֿאַרבונדן מיט דער רעגירונג, און װאָס פֿאַרמאָגט נישט קיין שום דערפֿאַרונג אין דער יוסטיץ.
בירגער, ריכטער, פּראָקוראָרן און פּאָליטיקער פֿון דער אָפּאָזיציע האָבן אָרגאַניזירט אַ דעמאָנסטראַציע פֿאַרן הויפּט־געריכט דינסטיק, דעם 7טן יולי, און אַ 10,000 מענטשן האָבן אויסגעדריקט זייער אומצופֿרידנקייט אין שײַכות מיט נאָך אַ פֿאַרשװעכונג פֿון דער יוסטיץ. די קאַמער דאַרף זיך אויך אַרויסזאָגן וועגן די קאָרופּציע־פֿאַלן פֿון די רעגירונג־מיטגלידער, און אַפֿילו דער װיצע־פּרעזידענט, און דער זון פֿון דער פּרעזידענטין זײַנען אין דעם אַרײַנגעמישט און זײַנען באַשולדיקט געװאָרן. דער ריכטער קאַבראַל האָט אַפּעלירט זײַן באַזײַטיקונג.
די פּרעזידענטין קריסטינאַ פֿערנאַנדעז־קירכנער האָט רעקאָמענדירט צו לייענען שעקספּירס „דער סוחר פֿון װענעדיג‟, צו פֿאַרשטיין די אויפֿפֿירונג פֿון די פֿאָנדן, װאָס פֿאָדערן, אַז אַרגענטינע זאָל אויסצאָלן אירע חובֿות. זי האָט זיך אַרויסגעזאָגט װעגן דעם ענין אין שײַכות מיר דער עקאָנאָמישער לאַגע אין גריכנלאַנד, װאָס אין געװיסע אַספּעקטן איז ענלעך צו דעם, װאָס אַרגענטינע האָט איבערגעלעבט אין 2001. עס שלעפּט זיך נאָך ביזן הײַנטיקן טאָג מיט אַ 7% פֿון די, װאָס האָבן אָפּגעקויפֿט באָנדס בײַ אַרגענטינע פֿאַר אַ שיבוש, און פֿאָדערן דעם פֿולן אָפּצאָל, װען דער רעשט האָט דערליידיקט דעם סכסוך אויף דעם אופֿן, װאָס אַרגענטינע האָט פֿאָרגעלייגט.
די „דאַיאַ‟ האָט שאַרף רעאַגירט און זיך אויסגעדריקט, אַז דאָס איז אַן אַנטיסעמיטיש װערק און אָט־די דערקלערונג איז נישט קיין צוגעפּאַסטע, אָבער די גרופּע „אויטענטישע ייִדן‟, װאָס לייקנט די רעפּרעזענטאַנץ פֿון דער „דאַיאַ‟, האָט דערקלערט, אַז אין ישׂראל שפּילט מען דאָס װערק אין „הבימה‟ און פֿאַרטיידיקט די פּרעזידענטינס שטעלונג.
נײַע סודותדיקע דאָקומענטן װײַזן, װי אַזוי איראַן האָט אָנגעקלאָגט דעם פּראָקוראָר ניסמאַן פֿאַר דער אַרגענטינער רעגירונג. דער אויסערן־מיניסטער העקטאָר טימערמאַן האָט זיי צוגעשטעלט צום געריכט, און זיי זײַנען אַ פּראָדוקט פֿון טרעפֿונגען צווישן פֿאָרשטייער פֿון ביידע רעגירונגען, װאָס זײַנען פֿאָרגעקומען אין אַפּריל 2014 אין דובאַי און אין ציריך, אין נאָװעמבער 2013.
דאָנערשטיק, דעם 2טן יולי האָט די „אַמבאַסאַדע פֿון עסקנים פֿאַרן שלום‟, באַערט 3 מיטגלידער פֿון דער שארית־הפּליטה. יצחק זאַפֿראַן, רבֿקה־רחל פֿישמאַן און מאָטל אורזאַנסקי זײַנען אויסגעצייכנט געװאָרן פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אינסטיטוציע, װאָס איז אַקטיװ אין כּמעט אַלע לאַטײַן־אַמעריקאַנער לענדער, און װאָס קעמפֿט פֿאַרן שלום, קעגן דער דיסקרימינאַציע; זי שטייט אין קאָנטאַקט מיט אַמבאַסאַדעס פֿון דער גאָרער װעלט.
מיטװאָך, דעם 8טן יולי איז אין „צװתּא‟ פֿאָרגעקומען אַ רונדערטיש אויף דער טעמע „פֿאַר װאָס האָבן ייִדן ליב אויסצולאַכן זיך אַליין‟. עס האָבן זיך באַטייליקט די אַקטריסע גבֿריאלה אַשער, דער טעלעװיזיע־זשורנאַליסט אַנדרעס קילשטיין און דער גראַפֿישער הומאָריסט לאַנגער, װאָס האָט לעצטנס פּובליקירט אַ בוך מיט זײַנע צייכענונגען איבער ייִדישע טעמעס. דער אָװנט איז פֿאַקטיש פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אין אַ הומאָריסטישן ספּעקטאַקל מיט ציטאַטן פֿון עסיייִסטן, װאָס האָבן געשריבן װעגן ייִדישן הומאָר.
די לעקציע װעגן „אינקװיזיציע אוּן מאָדערנעם פֿונדאַמענטאַליזם‟ איז פֿאָרגעקומען דינסטיק, דעם 7טן יולי אין דער געמיינדע „עמנואל‟. סילװיאַ רות דולפֿאַנאָ האָט פֿאַרגלײַכט אין איר עקספּאָזע די שפּאַנישע אינקװיזיציע, „אײַסיס‟ און איראַן, די רעליגיעזע אינסטיטוציעס און שטאַטן װאָס אַרבערן, כּדי אויסצופֿורעמען האָמאָגענישע געזעלשאַפֿטן אין קעגנזאַץ צו װעלטלעכקייט און פּלוראַליזם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.