אַ יאָר איז אַריבער, און דאָס קלאַפּנדיקע האַרץ פֿון ישׂראל, דער „מרכז‟ (צענטער), דער געדיכט-באַפֿעלקערטער ראַיאָן, באַזעצט מיט איבער צוויי מיליאָן נפֿשות, לעבט ווײַטער זײַן לעבן, ווי גאָרנישט וואָלט קיינמאָל נישט געשען — נישט קיין טאָג-טעגלעכע ראַקעטן־אַטאַקן, נישט דאָס לויפֿן זיך געפֿינען אַ שוץ־ווינקעלע, נישט די אַלאַרמען — אַלץ געהערט שוין צו דער פֿאַרגאַנגענהייט.
פֿאַרשטענדלעך, אַז פֿאַר די משפּחות פֿון די געפֿאַלענע, די שווער פֿאַרוווּנדעטע, די גײַסטיק-לײַדנדיקע האָט זיך איין מלחמה פֿאַרענדיקט, און אַ צווייטע — אַ שווערערע און אַ לענגערע — הייבט זיך ערשט אָן; אָבער אין אַלגעמיין, איז די באַפֿעלקערונג, וואָס האָט אויסגעהאַלטן אַ פֿופֿציק־טאָגיקן אַטאַק, די מלחמה איבערגעקומען.
אין דער געגנט, וואָס רינגלט אַרום דעם עזה-פּאַס איז די לאַגע מער איידל: אין שׂדרות און די אַרומיקע קיבוצים איז מען, להיפּוך צו די שטעט אין צענטער, שוין אויסגעפּרוּווט מיט ראַקעטן פֿון אַלערליי גרייס, און דער זכּרון פֿון דער לעצטער מלחמה און די פֿריִערדיקע אַקציעס איז נאָך פֿריש; דאָך, לעבט מען ווײַטער און מע שטעלט זיך צוריק אויף די פֿיס.
אַ גרופּע שול־תּלמידים, וואָס מע האָט אינטערוויויִרט מיט אַ יאָר צוריק, האָט דעמאָלט געזאָגט, אַז „זיי וואָלטן מורא געהאַט צו דינען אויף דער ׳פֿײַער-ליניע׳‟. דווקא די וואָך האָבן זיי רעקרוטירט און אָנגעהויבן זייער דינסט אין אינפֿאַנטעריע־איינהייטן. די שווער-פֿאַרוווּנדיקטע זענען צוריקגעקומען אין די קיבוצים, וווּ זיי האָבן געלעבט.
יאָ, דאָס לעבן גייט אָן ווײַטער, ווײַל קיין אַנדער ברירה האָט מען נישט! פֿון דעסטוועגן, מוז מען מודה זײַן, אַז מע דאַרף זײַן אַ קאַפּעלע משוגע, צו לעבן אין אַזאַ מדינה ווי מדינת-ישׂראל, בפֿרט נאָך אַ קאַצנשפּרונג פֿון עזה־פּאַס. וואָס שייך דעם פּאָליטישן מצבֿ אין דרום, זאָגט די הײַנטיקע סיטואַציע נישט צו קיין סך זיכערע און שטילע יאָרן.
ישׂראל און די ייִדן בכלל זענען שוין פֿון לאַנג צוגעוווינט צו שפּילן די ראָלע פֿון אַ כּפּרה-הינדל; אַזוינס געשעט אויך איצטער. די סאַלאַפֿיסטן שיסן אויף ישׂראל, כּדי אַרויסשטעלן „כאַמאַס‟ ווי אַ נעבעכדיקער הערשער און אויף אַזאַ אופֿן זיך מאַכן אַ שם. ישׂראל קען נישט רעאַגירן צו שטאַרק, ווײַל זי וויל נישט זיך ראַנגלען מיט „כאַמאַס‟ אומזיסט און אומנישט; זי וויל נישט אַרײַנגיין אַליין אין עזה־פּאַס און קעמפֿן מיט די איסלאַמיסטן. דאָס הייסט, די ישׂראל־רעגירונג וועט נישט שטאַרק רעאַגירן אויף דער שיסערײַ, וואָס וועט נישט קאָסטן קיין מענטשלעכע לעבנס.
בײַ דער גרענעץ מיט עגיפּטן איז דער מצבֿ אַ סך קאָמפּליצירטער. די עגיפּטישע אַרמיי קעמפֿט שוין יאָרן לאַנג קעגן די איסלאַמיסטן אין דעם סיני־מידבר אָן גרויס דערפֿאָלג. די סאַלאַפֿיסטן פֿלעגן שיסן צומאָל אויף אילת נאָך ווען זיי האָבן זיך גערופֿן, „אַנסאַר בייט-על-מאַקדס‟. עס זעט אויס, אַז נישט געקוקט אויף אַלע באַמיִונגען פֿון דער אַרמיי, זענען זיי געבליבן טעטיק. נאָך מער: זינט זיי האָבן אָנגענומען אַבו־באַקער על באַגדאַדי ווי אַ כאַליף, זענען זיי געוואָרן מעכטיקער און געוואַגטער.
לעצטנס, האָבן זיי אַרויסגעשאָסן ראַקעטן אויפֿן נגבֿ און אַרויסגעוויזן אין זייער אָפּעראַציע קעגן עגיפּטן גאָר נישט קיין שלעכטע מיליטערישע פֿעיִקייטן. ישׂראל דאַרף, אין דעם פֿאַל, זיצן מיט פֿאַרלייגטע הענט און וואַרטן, אַז עגיפּטן זאָל אָפּווישן די איסלאַמיסטן פֿון סיני, אָדער כאָטש אָפּשוואַכן אַזוי, זיי זאָלן מיט זיך נישט פֿאָרשטעלן קיין באַדראָענדיקן כּוח פֿאַר ישׂראל. אין ביידע פֿאַלן האָט ישׂראל נישט קיין ממשותדיקע אויסוועגן אָדער רעאַלע מעגלעכקייטן.
אויף דער מערבֿ-זײַט פֿון דער גרענעץ־וואַנט, אין עזה־פּאַס, ווערט דערווײַל ווייניק וואָס איבערגעבויט. די אַמאָליקע הײַזער, און הײַנט הויפֿן און בערג פֿון צעשמעטערטע שטיינער, בעטאָן און בראָכוואַרג, שטייען אומבאַרירט, ווי אָנדענק־מאָנומענטן, אין סאַמע האַרץ פֿון עזה-פּאַס.
אַ יאָר איז אַריבער, און די ריזיקע סומע פֿון 5.5 מיליאַרד דאָלער, וואָס איז מיט גרויס פּאַראַד צוגעזאָגט געוואָרן אויף דער קאַיִרער קאָנפֿערענץ, האָט לאַנגזאַם געקאַפּעט די ערשטע חדשים נאָכן קריג, און לסוף זיך אָפּגעשטעלט אין גאַנצן. צום באַדויערן, עקזיסטירט אין עזה־פּאַס אַ שרעקלעכע קאָרופּציע צווישן די מנהיגים און עס הערשט אַ פֿולשטענדיקע קריגערײַ צווישן די פּאַלעסטינער. און טאַקע אָט די קאָרופּציע און די אומענדלעכע ראַנגלענישן צווישן „פֿאַטאַך‟ און „כאַמאַס‟ האָבן געבראַכט דערצו, אַז מענטשן וווינען נאָך אין די שולן און געצעלטן, און האָבן נישט קיין דאַך איבערן קאָפּ און פּרנסה.
„כאַמאַס‟ קריגט זיך איבער די געלטער און מיט די סאַלאַפֿיסטישע מנהיגים איבער דעם ריכטיקן טײַטש פֿון איסלאַם. עגיפּטן און ישׂראל זעען אין אים אַ שׂונא און אַ געפֿערלעכן עלעמענט. די איינציקע סיבה, פֿאַרוואָס מע האָט „כאַמאַס‟ נאָך נישט אַראָפּגעוואָרפֿן פֿונעם טראָן איז, ווײַל קיינער ווייסט נישט, ווער ס׳קאָן דעם טראָן פֿאַרנעמען. מעגלעך, מע ווייסט עס יאָ, אָבער מע איז זיך משער, אַז נישט קיין בעסערע אָפּציע.
כאַמאַס געפֿינט זיך אין אַ פּלאָנטער מיט פֿיר עקן: ישׂראל, עגיפּטן, „פֿאַטאַך‟ און די נײַע מאָדע — די אָנהענגערס פֿון דער „איסלאַמישער מדינה‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.