דער המון האָט ליב צו הערן וועגן סעקס־סקאַנדאַלן, און די מעדיאַ טוט אַלץ, כּדי אונטערצוּוואַרעמען דעם דאָזיקן אינטערעס. ריזיקע פּאַפּיר־בערג און טויזנטער שעה טעלעוויזיע־צײַט זײַנען אינוועסטירט געוואָרן אין דעם ענין פֿון דאָמיניק שטראַוס־כּהן; מע האָט שוין אַפֿילו באַוויזן צו מאַכן אַ קאָנטראָווערסיעלן פֿילם דערפֿון. תּחילת איז אַלץ געווען פֿאָקוסירט אויף שטראַוס־כּהנען און דער פֿרוי אין האָטעל. דערנאָך האָט זיך אַנטוויקלט אַ גאַנצע סאַגע מכּוח אָרגיעס, אין וועלכע ער האָט זיך באַטייליקט.
ניט לאַנג צוריק האָט אים אַ פֿראַנצויזישער געריכט אין אַ געוויסן זין ריינגעוואַשן — אין תּוך אַרײַן, נאָר אַ ביסל און נאָר אין דעם זין, וואָס ער דאַרף ניט גיין אין תּפֿיסה. אָבער די רעפּוטאַציע פֿון דעם מענטש, וואָס האָט זיך נאָך מיט עטלעכע יאָר צוריק געשניטן אויף אַ פּרעזידענט פֿון פֿראַנקרײַך, איז בלי־ספֿק אין גאַנצן רויִנירט געוואָרן. און דאָס איז אַלץ צוליב זײַנע סעקס־אַוואַנטורעס, וועלכע זײַנען פּלוצעם (און אפֿשר גאָר ניט צופֿעליק) אַרויס אויף דער אייבערפֿלאַך.
נײַע פּאַפּיר־בערג און טעלעוויזיע־שעהען גענערירט איצט אין אַמעריקע דער ענין פֿון ביל קאָסבי. דער 77־יאָריקער קאָמיקער טענהט, אַז דאָס אַלץ זײַנען אויסגעטראַכטע מעשׂיות. אמת, לעצטנס איז באַוווּסט געוואָרן, אַז געוויסע זאַכן לייקנט ער ניט. אַזוי צי אַזוי, אָבער זײַן רעפּוטאַציע איז שוין אויך רויִנירט; די רייען מענטשן, וועלכע האָבן געהאַט אים פֿאַרטיידיקט, ווערן שיטערער.
אַ מאָל וואָלט מען פֿון אַזעלכע זאַכן אפֿשר קיין וועזן ניט געמאַכט. קיין חידוש ניט, אַז די רייד גייט וועגן ניט־יונגע לײַט, וואָס האָבן אָפּגעטאָן מיאוסע און פֿאַרברעכערישע זאַכן, ווען דער געזעלשאַפֿטלעכער קלימאַט איז געווען אַן אַנדערער. זיי האָט זיך געדאַכט, אַז זייער סטאַטוס דערלויבט זיי זיך אויפֿצופֿירן ניט אַזוי ווי מע האָט עס דערוואַרט פֿון אַ געוויינטלעכן בשׂר־ודם.
אויף מיר האָט אַ באַזונדער שטאַרקן אײַנדרוק געמאַכט די באַשולדיקונג פֿון דעם בריטישן פּאָליטישן טוער גרעוויל דזשענער, וואָס איז בעסער באַקאַנט ווי לאָרד דזשענער. ער איז געווען ניט בלויז אַ ממשותדיקע פֿיגור אין דער לייבאָריסטישער פּאַרטיי, נאָר אויך אַ זייער וויכטיקער ייִדישער כּלל־טוער. נאָך ניט לאַנג צוריק האָט ער געטראָגן טיטלען פֿון אַ פּרעזידענט צי אַ וויצע־פּרעזידענט פֿון כּלערליי ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, אַרײַנגערעכנט דעם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס.
איך געדענק ווי ער איז געקומען קיין אָקספֿאָרד, בעת דער ייִדישער זומער־פּראָגראַם, און האָט גערעדט פֿאַר סטודענטן וועגן זײַן האַרציקער באַציִונג צו ייִדיש. ער האָט אַפֿילו דעמאָנסטרירט, אַז ער קען אַ ביסל די שפּראַך פֿון זײַנע עלטערן, ליטווישע ייִדן. איך געדענק אויך, אַז צווישן דעם עולם איז געווען אַן אַקאַדעמיקער פֿון יאַפּאַן, וואָס האָט זיך גוט אויסגעלערנט ייִדיש. לאָרד דזשענער האָט אים באַמערקט. „און פֿאַר וואָס לערנט איר זיך ייִדיש?‟ — האָט ער בײַ אים געפֿרעגט, און באַקומען אַ גוטן ענטפֿער: „און פֿאַר וואָס ניט?‟
איצט איז לאָרד דזשענער 86 יאָר אַלט און איז קראַנק אויף אַלצהײַמער. איך ווייס ניט, ווי ווײַט ער פֿאַרשטייט, וואָס עס קומט פֿאָר אַרום אים; אַז עס שטורעמט אַרום זײַן ענין. עס האָט זיך אַנטפּלעקט, אַז אים האָט סעקסועל געצויגן צו קינדער און אַז אײַנהאַלטן זיך האָט ער אָפֿט מאָל ניט געקענט. צום ערשטן מאָל זײַנען אַזעלכע עפּיזאָדן אַרויסגעשוווּמען נאָך אין יאָר 1991, אָבער נאָר לעצטנס איז דער ענין געוואָרן באמת ברייט באַקאַנט. די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, וואָס זײַנען געווען אַזוי אָדער אַנדערש אַסאָציִיִרט מיט לאָרד דזשענער, דיסטאַנצירן זיך פֿון אים. ס’איז קלאָר, אַז זײַן ענין שפּיגלט אויך אָפּ די פֿרישע ווינטן אין דער בריטישער און, בכלל, מערבֿדיקער געזעלשאַפֿט.
אין דעם זעלבן קלימאַט איז דער ישׂראלדיקער פּרעזידענט משה קצבֿ געוואָרן אַ תּפֿיסהניק, נומער 1418989. פֿון איין זײַט, האָט זײַן ענין איבערגעלאָזט אַ פֿלעק אין דער געשיכטע פֿון ישׂראל; פֿון דער צווייטער זײַט, האָט דער זעלבער ענין בולט געוויזן, אַז דאָס לאַנד איז אַ טייל פֿון דער ציוויליזאַציע, וואָס איז מער ניט גרייט צו פֿאַרשווײַגן דערנידעריקונגען מצד די הויכגעשטעלטע לײַט.
צי הייסט עס, אַז די מערבֿדיקע געזעלשאַפֿט ווערט קאָנסערוואַטיווער? אַ סבֿרא, אַז מיט קאָנסערוואַטיווקייט האָט עס ווייניק צו טאָן. אַ סימן האָבן מיר: זעלבמיניקע חתונות גייען אַרײַן אַלץ מער אין דעם הויפּטשטראָם. ווער האָט נאָך מיט עטלעכע יאָר צוריק געקענט גלייבן אין אַזאַ ראַדיקאַלן שינוי דווקא אין אַמעריקע, וווּ די רעליגיע פֿאַרנעמט אַן אָנגעזעען אָרט? אָבער די געזעלשאַפֿט נעמט אָן אַ באַנײַטן מאָראַלישן קאָד, וואָס דערלויבט מער פֿרײַהייט דערוואַקסענע מענטשן. גלײַכצײַטיק, ווערט די זעלבע געזעלשאַפֿט שטרענגער צו פֿאַרשיידענע פֿאָרמען פֿון סעקסועלן געוואַלד, און זי ווערט אויך שטרענגער צו די פּראָמינענטע פֿיגורן. אויך זיי מוזן זיך אויפֿפֿירן אין די גרענעצן פֿון די תּקנות, באַנײַט אין 21סטן יאָרהונדערט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.