אין טאָראָנטאָ איז פֿאַראַן אַ רעסטאָראַן, וואָס דינט בוכשטעבלעך ווי אַ פֿעצנטער אינעם ייִדישן עבֿר. די אַלטע שילד אויף ייִדיש האָט איבערגעלעבט נישט איין רעמאָנט, אימיגראַציע און אורבאַניזאַציע. הײַנט אָבער קאָן עס פֿאַרשוווּנדן ווערן. די אָרטיקע אַקטיוויסטן פּרוּוון איצט אָפּהיטן די קלאַסישע אויפֿשריפֿט אויף דער וויטרינע פֿונעם רעסטאָראַן, וואָס געפֿינט זיך אויפֿן שטח פֿונעם געוועזענעם „ייִדישן מאַרק‟.
אויף דער שילד, געשאַפֿן כּמעט מיט אַ הונדערט יאָר צוריק, שטייט געשריבן אויף אַן אַמעריקאַניזירטן ייִדיש, אָפּהיטנדיק דעם אָריגינעלן אויסלייג: „פּיטער, קעז, קרים, עיגס — פֿריש יעדען טאָג‟. במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט, האָט זיך אינעם הויז נומער 27 אויף באָלדווין־סטריט געפֿונען מאַנדעלס קרעם־געוועלב. אין די 1970ער יאָרן, האָט דאָס ייִדישע געשעפֿט זיך פֿאַרמאַכט; די נײַע בעלי־בתּים פֿונעם „דזשאָנס איטאַליענישן קאַפֿע‟ האָבן באַשלאָסן אָפּצוהיטן די היסטאָרישע אויפֿשריפֿט. שפּעטער, ווען די איטאַליענער זענען אויך אַוועק אינעם יאָר 2014, איז דער בנין געבליבן נאָך אַלץ באַצירט מיט דער אַלטער ייִדישער פֿראַזע.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָבן אָבער די אַרבעטער אָנגעהויבן צוגרייטן דעם בנין פֿאַר די נײַע אייגנטימער, וועלכע קלײַבן זיך דאָרטן צו עפֿענען אַן אַנדער רעסטאָראַן. דאַראַ סאָלאָמאָן, די דירעקטאָרין בײַ די „ייִדישע אַרכיוון פֿון אָנטאַריאָ‟, האָט געטענהט, אַז פֿאַר איר גרופּע איז געווען אַ גרויס עגמת־נפֿש, ווען מע האָט זיך דערוווּסט, אַז מע האָט אָפּגעקריצט די היסטאָרישע אויפֿשריפֿט פֿונעם פֿענצטער. די אָרגאַניזאַציע האָט געפֿירט אַן אויפֿזיכט איבערן בנין זינט דעם טאָג, ווען די איטאַליענער האָבן עס פֿאַרלאָזט, האָפֿנדיק אָפּצוהיטן דעם היסטאָרישן וויטרינע־צייכן. די ידיעה האָט אַרויסגערופֿן אַ גאַנצן אויפֿרײַס פֿון בייזע קאָמענטאַרן אויפֿן „טוויטער‟. אַ סך אָרטיקע אַקטיוויסטן, וואָס אינטערעסירן זיך מיט דער געשיכטע פֿון טאָראָנטאָ, זענען געוואָרן אויפֿגעבראַכט.
שפּעטער האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז די אַרבעטער האָבן נישט געשעדיקט די אַלטע אויפֿשריפֿט, נאָר בלויז צוגעדעקט עס בעת דעם רעמאָנט. פֿונדעסטוועגן, בלײַבט דער ווײַטערדיקער גורל פֿון דער שילד אומקלאָר. סאָלאָמאָן און ברענט פּערלמאַן, אַ הײַזער־הענדלער און אַן אַקטיווער מיטגליד פֿון דער שיל, וואָס שטייט נישט ווײַט פֿונעם געוועזענעם רעסטאָראַן, האָבן זיך פֿאַרבונדן מיט די נײַע בעלי־בתּים פֿונעם בנין, בעטנדיק אָפּצוהיטן די שילד אָדער, לכל־הפּחות, צו לאָזן זיי אַראָפּצונעמען די גאַנצע שויב. די אַקטיוויסטן האָבן זיך אַפֿילו געווענדט צו דער שטאָטישער אַדמיניסטראַציע. דערווײַל האָט זיך זיי אָבער נישט אײַנגעגעבן צו דערגרייכן קיין רעזולטאַט.
סאָלאָמאָן האָפֿט, אַז די נײַע אייגנטימער וועלן איבערלאָזן די אַלטע וויטרינע. די איטאַליענער האָבן אָפּגעשאַצט די ייִדישע אויפֿשריפֿט, און זייער צוגעפּאַסט ווערן צו אַזאַ מולטיקולטורעלער שטאָט, ווי טאָראָנטאָ. דעם Forward האָט זיך נישט אײַנגעגעבן זיך צו דערקלינגען צו די בעלי־בתּים פֿונעם נײַעם טיי־רעסטאָראַן, „פֿאָרמאָטשאַ‟.
די טאָראָנטער קינסטלערין און שרײַבערין שׂרה לאַזאַראָוויטש, וועלכע פֿלעגט כּסדר באַזוכן „דזשאָנס‟, האָט באַטאָנט, אַז די סיטואַציע מיט דער וויטרינע איז אַ סימן פֿון אַ ברייטערער פּראָבלעם. אין פֿאַרגלײַך מיט מאָנטרעאָל, וואָס זעט אויס ווי אַ לעבעדיקער מוזיי, וווּ אַ סך געשעפֿטן זענען באַגלייט מיט אָנדענק־צייכנס און אַלטע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די בנינים, איז אין טאָראָנטאָ נישטאָ אַזאַ מינהג. ווען אַ נײַער בעל־הבית נעמט איבער אַ בנין, מיינט עס, געוויינטלעך, אַז די געשיכטע פֿונעם אָרט ווערט אויסגעמעקט.
סאָלאָמאָן האָט צוגעגעבן, אַז ס׳איז וויכטיק אָפּצושאַצן נישט בלויז ייִדיש, נאָר אויך אַזאַ אייגנאַרטיקן געמיש פֿון ייִדישע און ענגלישע ווערטער, „ייִנגליש‟, ווי אויף מאַנדעלס היסטאָרישער רעקלאַמע, וואָס האָט ביז איצט געדינט ווי אַ באַקאַנטער דענקמאָל פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן קוואַרטאַל. אויב די בעלי־בתּים פֿונעם בנין ווילן עס נישט לאָזן צו רו, האָפֿט זי, אַז פֿאַר אַ סומע פֿון 5—10 טויזנט דאָלאַר וועט זיך אײַנגעבן אַריבערצוברענגען די וויטרינע אין אַן אַנדער אָרט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.