דער 16־יאָריקער כינעזער וואַנג יוטשאַאָ האָט געמיינט, אַז ער פֿאָרט מיט זײַנע טאַטע־מאַמע אויף אַ וואַקאַציע קיין רוסלאַנד. למעשׂה, האָבן זיי אים געבראַכט אין איינעם פֿון אַרום 400 רעהאַביליטאַציע־צענטערס פֿאַר אינטערנעץ־„נאַרקאָמאַנען‟ — מענטשן, וואָס קאָנען נישט לעבן אָן דער אינטערנעץ.
דאָס קינד וווינט איצט אויף אַ געוועזענער מיליטערישער באַזע, צום דרום פֿון ביידזשין, וואָס זעט אויס כּמעט ווי אַ טורמע, מיט גרויע קאָרידאָרן און שטאָלענע גראַטעס. די היילונג־פּראָצעדור באַשטייט פֿון כּמו־מיליטערישע צוגרייטונגען, טעראַפּיע־סעסיעס, טיש־שפּילערײַען און אַנטי־דעפּרעסאַנטן. שוין אָפּגערעדט, אַז צו קיין אינטערנעץ אָדער קאָמפּיוטער־שפּילן האָבן די רעהאַביליטירטע נישט קיין צוטריט.
צוויי ישׂראלדיקע רעזשיסאָרינס, שוש שלם (שלאַם) און הילה מדליה (מעדאַליאַ), האָבן פֿאַרבראַכט דרײַ חדשים אינעם כינעזישן אַנשטאַלט און פֿילמירט אַ דאָקומענטאַר וועגן די „וועב־נאַרקאָמאַנען‟. די פּרעמיערע הייבט זיך אָן דעם 13טן יולי אויפֿן טעלעוויזיע־קאַנאַל PBS. דער פֿילם ווײַזט, ווי אַזוי וואַנג („ניקי‟), וועלכער פֿלעגט פֿאַרברענגען 10 שעה אַ טאָג אָן איבעררײַס בײַם קאָמפּיוטער, היילט זיך אויס פֿון זײַן קרענק, וואָס איינער פֿון די טעראַפּעווטן האָט אָנגערופֿן „דער עלעקטראָנישער העראָיִן‟.
די שאַפֿער פֿונעם פֿילם דערקלערן, אַז דער דאָקומענטאַר וואָרנט וועגן דער „פֿינצטערער זײַט‟ פֿון דער אינטערנעץ. אין די הײַנטיקע טעג, פֿאַרברענגען אַ סך קינדער זייער גאַנץ לעבן „צוגעקלעפּט‟ צום קאָמפּיוטער־עקראַן, פֿאַרגעסנדיק אין אַלצדינג, אַרײַנגערעכנט די משפּחה, חבֿרים און שול. ווי מדליה האָט איבערגעגעבן דער ייִט״אַ, זיצן געוויסע „קאָמפּיוטער־נאַרקאָמאַנען‟ מיט וויקעלעך אונטער די הויזן, כּדי צו בלײַבן בײַם קאָמפּיוטער אַפֿילו ווען זיי דאַרפֿן אַרויסגיין אין בית־כּסא.
אינעם יאָר 2008, האָט די אויסטראַלישע טעלעוויזיע דערציילט וועגן אַ כינעזיש קינד, וועלכער איז געשלאָגן געוואָרן אויף טויט אין איינעם פֿון אַזעלכע רעהאַביליטאַציע־צענטערס. ווען שלם האָט זיך דערוווּסט וועגן דער דאָזיקער טרויעריקער מעשׂה, האָט זי באַשלאָסן צו שאַפֿן דעם דאָקומענטאַר. דער דירעקטאָר פֿונעם צענטער האָט געגעבן די רעזשיסאָרן אַן אומפּרעצעדענטיקן צוטריט צום אַנשטאַלט און אַפֿילו געבעטן, אַז זיי זאָלן דאָרטן וווינען, כּדי בעסער צו פֿאַרשטיין אַלע פּראָצעדורן בעסער.
צווישן די פּסיכאָלאָגן גייען אָן דעבאַטן, צי די פֿאַרבונדנקייט צו דער אינטערנעץ איז טאַקע אַן אמתע פּסיכישע קרענק, וואָס פֿאָדערט מעדיצינישע הילף. אין כינע, האָט די רעגירונג צום ערשטן מאָל געפּסקנט, אין 2008, אַז די פֿאַרביסענע אינטערנעץ־ליבהאָבער מוז מען היילן אין ספּעציעלע רעהאַביליטאַציע־צענטערס, פּונקט ווי עכטע נאַרקאָמאַנען. די קריטיקער טענהן, אַז דאָס איז אַ נײַע קונץ מצד דער טאָטאַליטאַרער רעגירונג צו פֿירן אַ שטרענגן קאָנטראָל איבער די בירגער.
פֿון דער צווייטער זײַט, האָט דער אַמעריקאַנער פֿאָרש־צענטער „פּיו‟ נישט לאַנג צוריק פֿאַרעפֿנטלעכט אַ באַריכט, לויט וועלכן, צי מע זאָל עס אָפֿיציעל באַטראַכטן ווי אַן עכטע קרענק, צי נישט, איז עס אַ געפֿערלעכע סאָציאַלע מחלה אין דער הײַנטיקער אַמעריקע, וווּ אַ סך קינדער קאָן מען נישט אָפּרײַסן אַ גאַנצן טאָג פֿונעם קאָמפּיוטער. לויט דער אַמעריקאַנער פּסיכיאַטרישער אַסאָציאַציע, ווערט בלויז צוגעבונדנקייט צו אַזאַרט־שפּילן פֿאַררעכנט פֿאַר אַ קראַנקייט, הגם מע פּלאַנירט דורכצופֿירן אַ פֿאָרשונג, צי מע זאָל אויך אַרײַנשרײַבן די אינטערנעץ־שפּילערײַען אין דער קאַטעגאָריע פֿון כּמו־נאַרקאָמאַניע.
אינעם יאָר 2012, האָט די „וועלט־אָרגאַניזאַציע פֿון געזונט־פֿאַרהיטונג‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַ שטודיע, לויט וועלכער די קינדער פֿון 11 ביז 15 יאָר פֿאַרברענגען מער צײַט אויף דער אינטערנעץ אין ישׂראל, ווי אין אַנדערע לענדער. מסתּמא, איז דאָס נישט קיין גרויסער סורפּריז, ווײַל אין דער ישׂראלדיקער עקאָנאָציע שפּילן פֿאַרשיידענע אינטערנעץ־געשעפֿטן און קאָמפּיוטער־פּראָגראַמען זייער אַ גרויסע ראָלע. מדליה האָט צוגעגעבן, אַז צי מע זאָל באַטראַכטן די דאָזיקע פּראָבלעם ווי אַ מעדיצינישע צי געזעלשאַפֿטלעכע, פֿאָדערט זי אַן ערנסטן אויפֿמערק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.