אין איין סצענע פֿון אירן ריקליס׳ פֿילם „אַן אויסגעבאָרגטע אידענטיטעט‟ (באַזירט אויפֿן ראָמאַן, „טאַנצנדיקע אַראַבער‟, פֿונעם אַראַביש־ישׂראלדיקן שרײַבער סאַיעד קאַשואַ), קומט אַן אַמעריקאַנער ייִדישער שלום־אַקטיוויסט אַרײַן אינעם קלאַסצימער פֿון אַן אַראַביש־ישׂראלדיקער עלעמענטאַר־שול אין די 1980ער יאָרן, און דערקלערט מיט אַ וואַרעמען שמייכל, אויף ענגליש, אַז זײַן אָרגאַניזאַציע „האָפֿט צו בויען קולטורעלע בריקן צווישן די ייִדן און די אַראַבער‟, און ער פֿאַרענדיקט מיט די ווערטער: „מיר ווענדן זיך צו אײַך, קינדער, ווײַל אין אײַערע הענט ליגט די צוקונפֿט.‟
דער איבערזעצער, וואָס באַגלייט אים, ניצט אָבער אויס די געלעגנהייט, וואָס דער אַמעריקאַנער קען נישט קיין אַראַביש, און זעצט איבער זײַנע שיינע אידעאַליסטישע רייד גאָר קאַפּויער: „פֿון אײַך, אַראַבישע קינדער, וועט קיין מאָל קיין גוטס נישט אַרויס, און איר וועט תּמיד בלײַבן נישט מער ווי פֿאַרמער און שוואַרץ־אַרבעטער.‟
איין תּלמיד פֿונעם קלאַס — דאָס קלוגע ייִנגל, עיאַד (געשפּילט פֿון טאַופֿיק באַרכאָם) — פֿאַרשטייט, אַז עפּעס איז דאָ נישט גלאַטיק, און ווערט דערבײַ אַן עדות פֿונעם אייביקן צוזאַמענשטויס, סײַ פּאָליטיש, סײַ קולטורעל, פֿונעם ישׂראלדיקן קוקווינקל און דעם אַראַבישן. דאָס איז אַלץ אַ רמז אויף עיאַדס אייגענעם גורל נאָכן פֿאַרענדיקן די שול, ווען ער ווערט אָנגענומען אין איינער פֿון די חשובֿסטע מיטלשולן אין ירושלים, און זײַנע טאַטע־מאַמע מוטיקן אים צו גיין אַהין, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס ער וועט זײַן דער איינציקער אַראַבישער תּלמיד צווישן ייִדן. „איצט וועסטו קענען ווײַזן די ישׂראלים, אַז דו ביסט בעסער פֿאַר זיי,‟ זאָגט אים דער טאַטע.
זינט דער פֿילם איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער, האָט ער אַרויסגערופֿן זייער גוטע רעצענזיעס, סײַ אין ישׂראל, סײַ דאָ אין אַמעריקע, וווּ דער פֿילם האָט זיך געעפֿנט די ערשטע וואָך אין יולי. לכתּחילה האָט דער פֿילם געהייסן, אַזוי ווי קאַשואַס בוך, „טאַנצנדיקע אַראַבער‟ — אַן אימאַזש, וואָס פֿאַררופֿט זיך, ערשטנס, אויפֿן ייִדישן (און העברעיִשן) ווערטל, „מע קען נישט טאַנצן אויף צוויי חתונות‟ (און דאָ מיינט מען — מע קען נישט זײַן סײַ אַ טייל פֿון דער אַראַבישער געזעלשאַפֿט, סײַ פֿון דער ייִדישער); און צווייטנס, פֿאַרבינדט זיך עס מיט אַ סצענע אינעם פֿילם, ווען עיאַדס משפּחה צעטאַנצט זיך אויפֿן דאַך, בשעתן זען, ווי סאַדאַם כוסיינס „סקאָד‟־ראַקעטן פֿאַלן אויף ישׂראל — נישט כאַפּנדיק זיך, אַוודאי, אַז די ראַקעטן האָבן אויך זיי געקאָנט דערהרגענען.
אָבער צוליב דעם וואָס דער פֿילם איז אַרויס גלײַך אין מיטן פֿונעם קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און „כאַמאַס‟ פֿאַראַיאָרן זומער, האָבן די פּראָדוצענטן פֿונעם פֿילם געביטן דעם טיטל, אויס מורא, אַז דער נאָמען „טאַנצנדיקע אַראַבער‟ קאָן נאָך מער אָנהעצן „כאַמאַס‟. האָט מען עס געטוישט אויפֿן מער פּאַרעווען נאָמען, „אַן אויסגעבאָרגטע אידענטיטעט‟.
דער פֿילם פֿאָלגט נאָך דעם שעמעוודיקן עיאַד, ווען ער קומט אָן אין דער מיטלשול, וואָס ווערט בעצם זײַן נײַע „היים‟, ווײַל דאָס איז אַן אָנגעזעענע אינטערנאַט־שול. ס׳קומט אים נישט אָן גרינג אין דער פֿרעמדער סבֿיבֿה. קיינער רעדט נישט ריכטיק אַרויס זײַן נאָמען, און אַ טייל פֿון די סטודענטן לאַכן אָפּ פֿון זײַן פּלאָנטערן דעם „ב‟ און דעם „פּ‟ אויף העברעיִש, אָדער ווען ער מוז פֿאָרלייענען פֿאַרן קלאַס די ערשטע פּסוקים פֿון „בראשית‟ אין חומש.
פֿון דעסטוועגן, שאַפֿט זיך עיאַד צוויי גוטע פֿרײַנד. די ערשטע איז נעמי (דניאלה קיציס), אַ שיינע תּלמידה אין זײַן קלאַס, וואָס צווישן זיי אַנטוויקלט זיך אַ שטילע ליבע, ביז איר מאַמע דערוויסט זיך. „ס׳וואָלט שוין בעסער געווען, ווען דו זאָגסט מיר, אַז דו ביסט אַ לעזביאַנקע אָדער אַז דו האָסט אַ ראַק, איידער אַז דו גייסט מיט אַן אַראַביש ייִנגל,‟ זאָגט די אויפֿגעבראַכטע מאַמע.
אין אַמעריקע ווערט דער פֿילם טאַקע באַצייכנט ווי אַ „ראָמעאָ־און־דזשוליעט ראָמאַן‟, אָבער אין דער אמתן איז די ליבע צווישן עיאַד און נעמי נישט זייער איבערצײַגעוודיק. זיי רעדן ווייניק צווישן זיך, און דער צוקוקער פֿאַרשטייט בכלל נישט פֿאַר וואָס די פּרעכטיק שיינע נעמי ציט זיך אַזוי צו אים, בפֿרט אַז ער איז אַ צוריקגעהאַלטענער יונגערמאַן און נישט קיין איבעריק שיינער. איז עס צוליב דער יצר־הרע פֿון טאָן עפּעס וואָס איז פֿאַרווערט? אַ מיטל צו בונטעווען זיך קעגן טאַטע־מאַמע? אַן אויסדרוק פֿון אַ שפּראָצנדיקן אינטערעס אין דער אַראַבישער געזעלשאַפֿט? מיר ווייסן גאָרנישט.
אַ סך אינטערעסאַנטער איז עיאַדס צווייטע פֿרײַנדשאַפֿט. ווי אַ טייל פֿון דער שולס פֿאָדערונג, אַז יעדער סטודענט מוז זיך באַטייליקן אין אַ פֿרײַוויליקער אַרבעט לטובֿת דער געזעלשאַפֿט, קלײַבט עיאַד אויס אַן אויפֿגאַבע צו העלפֿן אַ בחור, וואָס לײַדט פֿון מוסקל־דיסטראָפֿיע — אַ קרענק וואָס צעשטערט ביסלעכווײַז אַלע מוסקלען פֿונעם גוף. דער בחור, יונתן (מיכאל מאָשאָנאָוו) און זײַן מאַמע, עדנה (יעל אַבעקאַסיס) — אַן אַדוואָקאַט און אַלמנה — זענען עיאַדס ערשטע באַגעגעניש מיט לינק־געשטימטע, אינטעלעקטועלע ייִדן.
יונתנס שוואַרצער הומאָר איז צו ערשט אַ שאָק פֿאַר עיאַד, אָבער צווישן זיי אַנטוויקלט זיך אַ שטאַרקער בונד, און מיט דער צײַט קומט עיאַד צו יונתן אַהיים, נישט בלויז ווי אַ טייל פֿון זײַן אויפֿגאַבע, נאָר ווײַל ער פֿילט זיך דאָרט ווי אַ בן־בית. עדנה ווערט אים אַ וואַרעמע מאַמע־פֿיגור, בעת ער דערווײַטערט זיך, צו־ביסלעך פֿון זײַן אייגענער משפּחה און אַפֿילו פֿון זײַן אַראַבישער אידענטיטעט.
אַז דער פֿילם דערנענטערט זיך צום סוף, נעמט דער סיפּור־המעשׂה אָבער אָן אַן אומגעריכטע ענדערונג. עיאַדס פֿרוסטירונג ווי אַן אַראַבישער ישׂראלי, וואָס קאָן זיך נישט אַרײַנפּאַסן נישט צווישן די אַראַבער, און נישט צווישן די ייִדן, צײַגט אים איבער דורכצופֿירן אַ פּלאַן וואָס איז, פֿון אַן עטישן קוקווינקל, זייער באַאומרויִקנדיק, בפֿרט נאָך דעם ווי עדנה באַשליסט אים צוצוהעלפֿן. און כאָטש זײַן פּלאַן רופֿט בײַ אונדז, די צוקוקער, אַרויס אַ שאָק און אַפֿילו דערווידער, ווערן מיר, נישט־וועלנדיק, אַרײַנגעצויגן אינעם שפּאַנענדיקן פֿינאַל.
הגם „אַן אויסגעבאָרגטע אידענטיטעט‟ האָט זיכער פּאָליטישע מאָטיוון, איז זײַן גרעסטער כּוח די שאַרפֿע אָפּשילדערונג פֿון פּשוטע, טאָג־טעגלעכע שמועסן און אַקציעס צווישן מענטשן, אָנגעפֿעפֿערט מיט הומאָר און אויטענטישקייט, וואָס דערמעגלעכט אונדז זיך צו אידענטיפֿיצירן מיט די העלדן, אַפֿילו ווען מיר זענען נישט תּמיד מסכּים, מיט דעם וואָס זיי טוען.
דער פֿילם A Borrowed Identity ווערט איצט געשפּילט אין קינאָ־טעאַטערס איבער די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.