אַ נײַע אױסשטעלונג װעט זײַן אָפֿן אינעם ייִדישן מוזעום פֿון אױסטראַליע ביזן 31סטן יאַנואַר 2016, אין אָנדענק פֿון 100 יאָר נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה. די אױסשטעלונג הײסט, „אמתע ייִדן און פּאַטריאָטן: אױסטראַלישע ייִדן און די ערשטע װעלט־מלחמה‟. דער מוזעום געפֿינט זיך אין דער מעלבורנער פֿאָרשטאָט סט. קילדאַ. די אױסשטעלונג װערט פֿאָרגעשטעלט בשותּפֿות מיט „װײדזשעקס‟ (ייִדישע מענער און פֿרױען מיליטערישע װעטעראַנען אין אױסטראַליע). דער מוזעום מעלדט, אַז עס קומען פֿאָר בײַ אים קורצע קורסן במשך פֿונעם חודש װעגן דעם תּנ”ך, װעגן דער „גאָלדענער עפּאָכע‟ אין װין און װעגן די נבֿיאים.
די מעלבורנער זאַגלעמביער לאַנדסמאַנשאַפֿט פֿאַרבעט לאַנדסלײַט, משפּחה און באַקאַנטע אױף אַן הזכּרה אױפֿן ספּרינגװײל בית-עולם לעבן דעם מאָנומענט נאָך די אומגעקומענע ייִדן פֿון זײער הײמשטאָט אָפּצוגעבן כּבֿוד די קדושים לזכר 72 יאָר נאָכן חורבן זאַגלעמביע.
דער נאַציאָנאַלער ראַט פֿון ייִדישע פֿרױען אין װיקטאָריע האָט געגרינדעט אַ שפּילגרופּע פֿאַר נײַע ייִדישע מאַמעס און זײערע קינדער. די גרופּע הײסט, „מאָנדײ מאָנטשקינס‟, װײַל זי טרעפֿט זיך יעדן מאָנטיק און װײַל די עופֿעלעך, װעלכע נעמען אָנטײל אין דער גרופּע אין אײנעם מיט זײערע מאַמעס, זײַנען נאָך קלענער װי די לעגענדאַרישע מאָנטשקינס פֿון „אָז‟. דער ציל פֿון דער גרופּע איז צו העלפֿן די מאַמעס אונטערצושטיצן אײנע די צװײטע, און צו פֿאַרשטאַרקן זײער נײַעם לעבנסשטײגער. די קאָסטן פֿון דער גרופּע װערן געדעקט דורך אַ לאָקאַל געשעפֿט.
די אָרגאַניזאַטאָרן פֿונעם מעלבורנער „אין אײן קול‟־קאָנצערט, דער „סקיף‟ (די יוגנט־גרופּע פֿונעם ייִדישן אַרבעטער־בונד) און דער קולטור־צענטער, און ייִדישע ביבליאָטעק „קדימה“ האָבן געמאָלדן, אַז כאָטש דער יערלעכער קאָנצערט איז פֿאָרגעקומען אין מאַרץ 2015 נאָך אַן איבעררײַס פֿון 10 יאָר, װעט דער קאָנצערט דעם 20סטן מאַרץ 2016 זײַן נאָך גרעסער װי עס איז געװען דער הײַיאָריקער קאָנצערט. אַזױ װי דער קאָנצערט און קולטור־יריד שטיצט זיך אױף פֿרײַװיליקער אַרבעט װאָס קומט פֿאָר פֿאַר, נאָך און בעתן קאָנצערט, זוכן די אָרגאַניזאַטאָרן נאָך פֿרײַװיליקע אַרבעטער, חוץ די, װעלכע האָבן אָנטײלגענומען אין די ביז־אַהעריקע קאָנצערטן.
די קהילה פֿון דעם שטאַט װיקטאָריע מעלדט, אַז זי גרינדעט אַ נײַע אונטערשטיצונג־גרופּע פֿאַר יונגע לעזביאַנקעס, האָמאָסעקסואַליסטן, טראַנס־סעקסואַליסטן, בי־סעקסואַליסטן און אינטער־סעקסואַליסטן. די גרופּע װעט הײסן „דזשײד“ (ייִדן אַלע אַנדערש און גלײַך).
איר ערשטער פּראָיעקט װעט זײַן אַ װידעאָ־פֿאַרמעסט פֿאַר יחידים און גרופּעס פֿון יעדן סעקסועלן באַװוּסטזײַן, פֿאַר מיטלשול־תּלמידים און פֿאַר דערװאַקסענע ביז 25 יאָר. די תּלמידים, װעלכע זײַנען ייִנגער פֿון 17 יאָר, מוזן האָבן געשריבענע דערלױבעניש פֿון די עלטערן. די געװינער װעלן אַרבעטן אױף אַ נײַעם װידעאָ, װאָס װערט געמאַכט אין װיקטאָריע, װעמענס ציל איז אונטערצושטיצן גלײַכהײט. יעדער פֿילם דאַרף דױערן צװישן 3 און 6 מינוט. די פּרעמיעס װעלן צוגעטײלט װערן בײַ דער יערלעכער אַלגעמײנער פֿאַרזאַמלונג פֿון די קהילות אין נאָװעמבער.
אַ צװײטער פּראָיעקט איז אַ סימפּאָזיום, װאָס װעט פֿאָרקומען אין מעלבורן אין אױגוסט.
דער 29סטער גובערנאַטאָר פֿונעם שטאַט װיקטאָריע, לינדאַ דעסאַו, האָט אָנגעהױבן איר טערמין אין מעלבורן. צום ערשטן מאָל אין די 160 יאָר װאָס דער פּאָסטן עקסיסטירט, איז דער כּבֿוד צוגעטײלט געװאָרן צו אַ ייִד, און צום ערשטן מאָל איז ער צוגעטײלט געװאָרן צו אַ פֿרױ. דעסאַו האָט פֿריִער געדינט װי אַ ריכטערין אינעם פֿאַמיליע-געריכט. זי האָט אױך געדינט װי אַ קאָמיסיאָנער פֿון דער אױסטראַלישער פֿוסבאָל־ליגע.
דער ספּאָרטלער דזשעריד הײן, װאָס שפּילט פֿאַר דער ראָגבי־ליגע אין ניו־סאַוט װײלס, האָט פֿאַרעפֿנטלעכט צװײ באַזונדערע „טװיטן‟, אין װעלכע ער באַשולדיקט ייִדן אין דערהרגענען ישו הנצרי. אַ פֿאָרשטײער פֿון דער קהילה פֿון ניו־סאַוט װײלס האָט געטאַדלט זײַנע װערטער זאָגנדיק, אַז „די באַשולדיקונג איז אַ ליגן, װאָס דער װאַטיקאַן האָט אָפּגעזאָגט מיט 50 יאָר צוריק‟. ער האָט אױך געזאָגט, אַז עס איז אַ שאָד, װאָס עס זײַנען נאָך פֿאַראַן אַזעלכע, װעלכע גלײבן אין דעם שקר; און אַז עס איז אַנטױשנדיק, אַז אַזאַ באַרימטער ספּאָרטלער װי הײן חזרט אים איבער. די אַנטי־דעפֿאָמאַציע-ליגע פֿון „בני־ברית‟ האָט געפֿאָדערט, אַז הײן זאָל זיך אַנטשולדיקן, און געבן זײַנע אָנהענגער צו פֿאַרשטײן, אַז די באַשולדיקונג איז אַ שקר. דער ספּאָרטלער אַלײן האָט נישט געװאָלט רעדן מיט דער פּרעסע װעגן דעם ענין.
דער נײַער אױספֿיר-קאָמיטעט פֿונעם מעלבורנער ישיבֿה־צענטער, װאָס באַשטײט פֿון אָנגעזעענע געשעפֿטס־לײַט, מיטאַרבעטער פֿונעם ישיבֿה-צענטער און פּראָפֿעסיאָנאַלן, האָט געמאָלדן, אַז ער שטיצט אונטער דעם איצטיקן פֿאַרװאַלטער פֿון דער ישיבֿהס טאָגשול, הרבֿ יהושע שמוקלער. זײַנע מיטגלידער זאָגן, אַז זײערע צילן, ביז אַ נײַער קאָמיטעט װעט דערװײלט װערן אױף דער יערלעכער אַלגעמײנער פֿאַרזאַמלונג אין 6 חדשים אַרום, זײַנען מיטצואַרבעטן מיט דער געזעלשאַפֿט, אײַנאָרדענען קאָמפּענסאַציע פֿאַר די געװעזענע תּלמידים, װעלכע האָבן געליטן סעקסואַלע מיסברױכן, אָנצופֿירן מיט דער טאָגשול און אָנצוהײבן װיכטיקע בױ־פּראָיעקטן בײַ דער טאָגשול.
זײ האָבן אױך געמאָלדן, אַז דער געװעזענער פֿאַרװאַלטער פֿון דער ייִדישער טאָגשול אין מאַנטשעסטער, ענגלאַנד, און די געװעזענע פֿאַרװאַלטערין פֿונעם ביאַליק־קאָלעדזש אין מעלבורן װעלן דינען װי דערציִערישע עצה־געבערס פֿאַר הרבֿ שמוקלער. דער קאָמפּענסאַציע־פּלאַן װעט זײַן אײַנגעפֿירט לױט די עצות פֿון דער קיניגלעכער קאָמיסיע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.