ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published July 15, 2015, issue of August 07, 2015.

די זומער־פּראָגראַם פֿונעם צענטער „ספֿר‟

דער חודש יולי איז אין רוסלאַנד אַ צײַט פֿון וואַקאַציעס, און פֿאַר סטודענטן פֿון ייִדישע לימודים איז עס אַ גוטע מעגלעכקייט צו העכערן זייערע קענטענישן. אַרום 70 סטודענטן פֿון דעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד זענען געקומען קיין מאָסקווע אויף דער זומער־פּראָגראַם פֿונעם צענטער „ספֿר‟. די פּראָגראַם האָט אײַנגעשלאָסן אַ קאָנפֿערענץ פֿאַר סטודענטן, דאָקטאָראַנטן און יונגע געלערנטע, ווי אויך אַ סעמינאַר. דער עולם קען הערן 3 לעקציעס אַ טאָג און באַזוכן מײַסטער־קלאַסן פֿון לערנען זיך העברעיִש, ייִדיש אָדער פֿילאָסאָפֿיע. די לערערס אויפֿן סעמינאַר זענען פּראָפֿעסאָרן און דאָצענטן פֿון רוסלאַנד און ישׂראל.

אויף דער עפֿענונג־צערעמאָניע האָט מען פֿאָרגעשטעלט נײַע אויסגאַבעס פֿונעם צענטער „ספֿר‟: בענדער פֿון דער פֿאַרגאַנגענער קאָנפֿערענץ אין ייִדישע לימודים; אַ בוך וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדן אין גרוזיע, צונויפֿגעשטעלט אויפֿן סמך פֿון דער רײַזע קיין גרוזיע, וואָס דער צענטער „ספֿר‟ האָט אָרגאַניזירט אין 2013, און אַ קאַטאַלאָג פֿון מאַטעריאַלן, געזאַמלטע בעת דער רײַזע קיין בירזש, ליטע, וואָס איז פֿאָרגעקומען פֿאַראַיאָרן: עטנאָגראַפֿישע אינטערוויוען, די מאַפּע פֿונעם ייִדישן בית־עולם, בילדער און אויפֿשריפֿטן פֿון אַלע מצבֿות.

אַן אויסשטעלונג וועגן שטערבלעכקייט אין דער ייִדישער קולטור

די צוויי ייִדישע מוזייען פֿון מאָסקווע האָבן פֿאַראייניקט זייערע כּוחות און געעפֿנט אַ בשותּפֿותדיקע אויסשטעלונג אין דעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי. זי הייסט, „צווישן צוויי וועלטן: זכּרון פֿון אַ פֿאַרשטאָרבענעם מענטש און אומשטערבלעכקייט פֿון דער נשמה אין ייִדישער קולטור‟. עס ווערט דערציילט פֿון טראַדיציעס און מינהגים, פֿאַרבונדן מיטן טויט; וועגן דער ייִדישער לוויה און געדענקען די טויטע; עס ווערן אויסגעשטעלט בילדער פֿון מצבֿות, אַרכיוו־דאָקומענטן, כּלערליי כּלים, וואָס מע ניצט בײַם באַגראָבן, בתוכם אַן אמתע ריטועלע קאַרעטע פֿון דער חבֿרה־קדישא, און ווערק פֿון קונסט, וואָס שפּיגלען אָפּ די טראַדיציעס פֿון לוויות.

אין די ראַמען פֿון דער אויסשטעלונג ווערן אָרגאַניזירט עפֿנטלעכע רעפֿעראַטן. דעם 14טן יולי האָט אורי הערשאָוויטש, דער דירעקטאָר פֿון דעם פֿאָרשונג־צענטער בײַם מוזיי, געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דעם אויפֿנעמען דעם טויט אין תּלמוד — וועגן דעם, פֿאַר וואָס רעכנט זיך אַ מת אַ קוואַל פֿון טומאה, וועגן דער אידעע פֿון רעדן מיט די טויטע און תּחית־המתים. דעם 15טן יולי האָט באָריס חיימאָוויטש אָפּּגעהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דער סימבאָליק פֿון בילד־עלעמענטן אויף מצבֿות.

אַ וועלאָסיפּעד־פֿאַרמעסט, אָרגאַניזירט פֿונעם מאָסקווער חב״ד

צוויי ידיעות פֿון דער רעליגיעזער וועלט. אין מאָסקווער ישיבֿה „מכון רן‟ האָט די „דירעקציע און קאָמיסיע פֿון באַקאַנטע רבנים‟ צוגעטיילט די דיפּלאָמען די סטודענטן. אַרום 30 מענטשן האָבן באַקומען סמיכות ווי שוחטים און רבנים.

און אין מאָסקווע איז פֿאָרגעקומען אַ וועלאָסיפּעד־פֿאַרמעסט, אָרגאַניזירט פֿונעם מאָסקווער חב״ד. אינעם אויפֿטו האָבן אָנטייל גענומען אַרום 70 מענטשן, ס׳רובֿ פֿון זיי — תּלמידים פֿון דער חב״ד־שול „מתיבתּא‟. דער מאַרשרוט האָט אײַנגעשלאָסן אין גרונט ייִדישע ערטער — דעם קהילה־צענטער אין „מאַרינאַ ראָשטשאַ‟, די חב״דנע שיל אויף בראָנאַיאַ גאַס, די מתנגדישע שיל אויף אַרכיפּאָוו־גאַס און די ישיבֿה אויף טשיסטיִע פּרודי. די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן דערקלערט, אַז זיי ווילן, די באַטייליקטע זאָלן פֿאַרשטיין, אַז אין מאָסקווע איז דאָ אַלץ וואָס פֿרומע ייִדן דאַרפֿן פֿאַרן לעבן, און געדענקען רמב”מס געבאָט — צו פֿאַרשטאַרקן דעם גוף, כּדי צו קענען דינען דעם אייבערשטן.

פֿעסטיוואַל פֿון ישׂראל־פֿילמען

אין מאָסקווער פּאַרק האָט זיך אָנגעהויבן אַ פֿעסטיוואַל פֿון ישׂראלדיקע פֿילמען, אָרגאַניזירט פֿון דער אַמבאַסאַדע פֿון מדינת־ישׂראל בשותּפֿות מיטן קינאָ־טעאַטער „פּיאָנער‟. עס ווערן געוויזן נײַע פֿילמען פֿון אַלע זשאַנערס: דראַמעס, דעטעקטיוון, קאָמעדיעס, צווישן זיי „צילי‟, „יוגנט‟, „ברוכים הבאים, אָדער ברוך דיין האמת‟, „מענטשן אין וואַנט‟ און אַנדערע. דער פֿעסטיוואַל וועט אָנגיין ביזן 17טן אויגוסט.

געשטאָרבן יעקאַטערינאַ געניעוואַ ע״ה

און די לעצטע ידיעה: אין איינעם פֿון די ישׂראלדיקע שפּיטאָלן איז ניפֿטר געוואָרן יעקאַטערינאַ געניעוואַ, איינע פֿון די חשובֿסטע ייִדישע פֿרויען אינעם רוסלענדישן קולטור־לעבן. פֿון 1993 ביז די לעצטע טעג האָט זי אָנגעפֿירט מיט דער רוסלענדישער ביבליאָטעק פֿון דער אויסלענדישער ליטעראַטור, די בעסטע און די סאַמע מאָדערניזירטע ביבליאָטעק אין רוסלאַנד; און איינע פֿון די צענטערס פֿון דעם ליבעראַלן קולטור־לעבן אין מאָסקווע. אַנומלט איז איר אויסגעקומען אויסצושטיין אָנגריפֿן פֿון דער מאַכט, וואָס האָט געפּרוּווט שליסן דעם אַמעריקאַנער קולטור־צענטער און פֿאַרווערן דורכפֿירן קאָנצערטן פֿון זינגער־אָפּאָזיציאָנערן. געניעוואַ איז אַלט געווען 69 יאָר.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.