אין שיל זעט מען אַ סך מאָל דעם אויפֿשריפֿט „דע לפֿני מי אַתּה עומד“, טײַטש „ווייס פֿאַר וועמען דו שטייסט“, דהײַנו, פֿאַרן רבונו־של־עולם. נאָר אַז מע שטייט פֿאַר אַן עולם מענטשן, דאַרף מען אויך וויסן פֿאַר וועמען. איר מעגט דאָס הערן.
כּידוע, האָט ייִדיש אֵַ היפּשע צאָל פּאָרלעך, ווערטער, וואָס זענען צוויי מאָל אַרײַן אין דער שפּראַך און דעריבער זענען זיי געוואָרן באַזונדערע ווערטער. פֿאַראַן אַזעלכע לשון־קודשדיקע: „עליֶה“ — אין שיל אַקעגן „עליַה“ — קיין ישׂראל. פֿאַראַן אויך פֿון דײַטש, אַ שטייגער: „קאָרט“ אויף צו שפּילן אַקעגן „קאַרטע“ ’קאַרטל, מאַפּע‘. דאָס מאָל גייט די רייד וועגן אַן אַנדער פּאָרל, „האַר“ און „הער“. ס׳וואָרט וואַקסט פֿון אַן אַלטדײַטשישן וואָרט פֿאַר „גראָ“, „מיט גראָע האָר“, „אַלט“, פֿ”גל ס’ענגלישע hoary. אויף דײַטש זאָגט מען ביז הײַנט Herr, אויף ייִדיש, אָבער — „האַר“, פּונקט ווי אויף דײַטש איז Herz און אויף מאַמע־לשון — „האַרץ“. אויף דײַטש איז דער רבונו־של־עולם דער Herr, בײַ אונדז אין עלטערן באַניץ — דער האַר. און אין מערבֿ־ייִדיש, ס’אַמאָליקע לשון פֿון ייִדן אין דײַטשלאַנד און אַרום, פֿלעג מען זאָגן „האַרלע“, דעם דימינוטיוו, מיטן טײַטש „זיידע“.
אַקעגן וואָס איז דאָס אַלץ געקומען צו רייד? אין אַ סך קריסטלעכע לשונות ווענדט מען זיך צו גאָט און צו אַ מאַנסביל וואָס מע וויל אים אַרויסווײַזן דרך־ארץ, כּמעט אויפֿן זעלביקן אופֿן: פּויליש Pan, דײַטש Herr, פֿראַנצייזיש Seigneur (צו גאָט)/ Monsieur (צו אַ מאַנסביל; ביידע ווערטער נעמען זיך פֿונעם זעלביקן לאַטײַנישן וואָרט פֿאַר „אַלט“), שפּאַניש Señor (פֿונעם זעלביקן לאַטײַנישן שורש) און נאָך און נאָך.
ייִדיש איז געגאֵַנגען מיט אַן אַנדער וועג: איין ייִד רופֿט מען „רב“ (אַרויסגערעדט /רעב/), אַ גרופּע ייִדן — „רבותי“. די ווערטער נעמען זיך טאַקע פֿונעם זעלביקן שורש וואָס „רבונו“, אָבער די פֿאַרבינדונג איז אַ ווײַטע. חוץ דעם, גייט „רב“ מיטן ערשטן נאָמען, בשעת יענע טיטלען גייען מיטן משפּחה־נאָמען. ס׳ייִדישע „הער“ איז נײַ, האָט נישט קיין טיפֿע וואָרצלען און איז, אויף וויפֿל איך ווייס, גאַנץ זעלטן.
דאָ איז אפֿשר כּדאַי אָנצוּווײַזן, אַז אין מיזרח־אייראָפּע האָבן ייִדן אָנגענומען משפּחה־נעמען זייער שפּעט, מיט קנאַפּע צוויי הונדערט יאָר צוריק, און דעמאָלט בלויז ווײַל מע האָט זיי געצוווּנגען; אין די שטעטלעך האָט מען כּמעט ביז אונדזערע צײַטן זיך באַניצט מיט פּאַטראָנימען און מאַטראָנימען (אַ שטייגער: שלום־עליכמען האָט מען אין שטעטל גערופֿט „שלום נחום וועוויקס“), די משפּחה־נעמען האָט מען קוים געקענט.
אָט וועל איך אײַך דערציילן אַ מעשׂה־שהיה: מיט אַ 10-15 יאָר צוריק האָב איך זיך דערוווּסט, אַז דער שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן ע ה איז געווען אַ געבוירענער אינעם באַסאַראַבער שטעטל ראַשקעוו (הײַנט: מאָלדאָווע). מײַן זיידע האָט גראָד פֿון דאָרטן געהאַט אַ שוואָגער מיט דער פֿאַמיליע פֿרידמאַן. האָב איך געשריבן שרײַבמאַנען און געפֿרעגט צי ער געדענקט פֿון זײַנע קינדער־יאָרן אַ משפּחה פֿרידמאַן. האָט ער מיר געענטפֿערט: „כ׳וואָלט געקענט שווערן, מיט אַ ברייטן שמייכל: יונגער־מאַן, בײַ אונדז אין שטעטל האָט מען נישט געוווּסט פֿון קיין משפּחה־נעמען. ווי זשע האָט מען זיי גערופֿן אין דער אמתן…? (אַגבֿ, אַ דאַנק דעם פֿראַנצייזישן פֿילם Jean de Florette, פֿון 1986, האָב איך זיך דערוווּסט, אַז אויך אין די פֿראַנצייזישע דערפֿער האָט מען כּמעט ביז אונדזערע צײַטן זיך נישט באַניצט מיט קיין פֿאַמיליעס.) צווישן מאַמע־לשון און די קריסטלעכע לשונות איז פֿאַראַן נאָך אַ חילוק: בײַ זיי האָט זיך אַנטוויקלט אַ ווענדונג אויך צו פֿרויען, בײַ אונדז — נישט. פֿאַראַן טאַקע „מרת“, מיטן ערשטן נאָמען, אָבער מיר איז נישט באַקאַנט קיין ווענדונג צו אַן עולם פֿרויען. אויף עבֿרית איז יאָ דאָ „גבֿירותי“, פּאַראַלעל צו „רבותי“, אָבער אויף ייִדיש נישט.
אויף פֿראַנצייזיש איז דאָ dame און די ווענדונג Madame, אין תּוך אַרײַן „באַלעבאָסטע“, וואָרן ס’וואַקסט פֿונעם לאַטײַנישן domus „הויז“ (און ס׳קער זיך אויך אָן מיטן פּוילישן dom „הויז“). פֿון פֿראַנצייזיש איז dame אַרײַן אויך אין דײַטשיש און פּויליש (אַ שטייגער, krawiec damski „דאַמען־שנײַדער“).
איז לאָמיר זיך אומקערן צום ענין: ווי ווענדט מען זיך צון אַן עולם? דאָס דײַטשישע Meine Damen und Herren הערט מען אַ מאָל אויף מאַמע־לשון, אָבער פּונקט אַזוי ווי „הער“ איז עס נישט פֿאַרוואָרצלט. אויף פֿראַנצייזיש זאָגט מען Messieurs Dames אָדער Mesdames et Messieurs; ווען מע ווענדט זיך צו אַ פּאָרפֿאָלק זאָגט מען Monsieur Dame.
אויף פּויליש ווענדט מען זיך צו אַ פֿרוי מיט Pani, צו אַ פּאָרפֿאָלק אָדער אַן עולם מיט Państwo. דאָס דאָזיקע וואָרט, państwo, איז אויך טײַטש „מלוכה“, אָבער נישט דאָס זענען מיר איצט אויסן.
הײַנט אויף מאַמע־לשון? מע האָט די דרײַ ברירות וואָס אינעם טיטל: „רבותי“, וואָס דאָס נעמט אַרײַן בלויז מאַנסלײַט; „מײַנע דאַמען און הערן“, וואָס האָט, ווי געזאָגט, נישט קיין ייִדישן טעם; און אַזעלכע ווענדונגען ווי „חשובֿע פֿרײַנד“ (אָדער: „חבֿרים“), וואָס איז טאַקע נישט טראַדיציאָנעל, נאָר וואָס האָט, מיין איך, יאָ אַ ייִדישן טעם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.