נאָכן טעראָר־אַטאַק אויף די צווילינג־טורעמס אין ניו־יאָרק דעם 11טן סעפּטעמבער, 2001, האָט דער דעמאָלטיקער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, דזשאָרדזש בוש, געבעטן די רעגירונגען פֿון אַראַבישע לענדער זיך צו באַטייליקן אין זײַן מלחמה קעגן טעראָר. דער דעמאָלטיקער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, אַריאל שרון, האָט שאַרף קריטיקירט בושן און האָט אים פֿאַרגליכן מיטן אַמאָליקן בריטישן פּרעמיער נעוויל טשעמבערלען, וועלכער האָט געחתמעט אַן אָפּמאַך מיט די נאַציס אין 1938, דערלויבנדיק היטלטערן איבערצונעמען טשעכאָסלאָוואַקײַ. שרון האָט געטענהט, אַז בוש פּרוּווט אָנצוהאַלטן גוטע באַציִונגען מיט די אַראַבער אויפֿן חשבון פֿון ישׂראל. שרונס ווערטער האָבן אויפֿגעבראַכט דאָס „ווײַסע הויז‟.
ווען אהוד ברק האָט פֿאַרנומען שרונס פּאָזיציע, האָט ער בעת אַ גאַלאַ־קאָנצערט קריטיקירט די אַרויסזאָגונגען פֿון זײַן געוועזענעם קאָלעגע און באַמערקט, אַז דער פֿאַרגלײַך מיט טשעמבערלען איז געווען אַן אומפּאַסיקער. אַדרבה, אין זײַן קעגנערשאַפֿט צו טעראָריזם, לויט ברקס מיינונג, קאָן מען גיכער פֿאַרגלײַך די אַמעריקאַנער און בריטישע רעגירונג מיט טשערטשיל און רוזוועלט. שרון האָט אויך אַראָפּגענידערט זײַן טאָן, און דער סיכסוך איז אין גיכן בטל געוואָרן.
הײַנט, נאָכן אַנומלטיקן אָפּמאַך צווישן איראַן און די פֿאַראייניקטע שטאַטן, שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז דעם נײַעם סיכסוך צווישן בנימין נתניהו און באַראַק אָבאַמאַ וועט זיך נישט אײַנגעבן אַזוי גרינג אײַנצושטילן. אין קאָנטראַסט מיט שרונס עמאָציאָנעלן קאָמענטאַר, האָט נתניהו כּסדר פֿאַרדאַמט די פֿאַרהאַנדלונגען מיט איראַן און אַ סך מאָל איבערגעחזרט זײַנע זאָרגן וועגן דער איראַנישער נוקלעאַרער פּראָגראַם.
הגם דער הסכּם מיטן איראַנישן פּרעזידענט איז שוין געשלאָסן געוואָרן, לאָזט נישט נתניהו די באַטייליקטע אין די פֿאַרהאַנדלונגען צו רו. דינסטיק, דעם 14טן יולי, האָט דער ישׂראלדיקער פּרעמיער זיך באַקלאָגט בעת אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ, אַז דער אָפּמאַך וועט, כּלומרשט, אין צען יאָר אַרום פֿאַרוואַנדלען איראַן אין אַ רײַכערן און שטאַרקערן טעראָריסטישן רעזשים, דערצו באַוואָפֿנט מיט אַ נוקלעאַרן אַרסענאַל.
אָבאַמאַ און זײַנע געהילפֿן באַטאָנען אָבער, אַז נתניהוס קריטיק האָט נישט קיין שׂכל. פּונקט פֿאַרקערט, די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע גלייבט, אַז איר האָט זיך אײַנגעגעבן צו לייזן די פּראָבלעם מיט דער איראַנישער נוקלעאַרער פּראָגראַם אויף אַ גיכן און עפֿעקטיוון אופֿן.
דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט פֿאָלגט דווקא נישט דעם מוסטער פֿון טשעמבערלענס פּאָליטיק. דער בריטישער פּרעמיער האָט געהאָפֿט אָפּצושטעלן די אַגרעסיע מצד דײַטשלאַנד. אָבאַמאַ זאָגט נישט אָבער צו, אַז איראַן וועט ווײַטער נישט שטיצן די אַנטי־ישׂראלדיקע, אַנטי־אַמעריקאַנער און אַנטי־סוניטישע אַגרעסיווע כּוחות אַרום דער וועלט. ער האָט געלייזט בלויז איין קאָנקרעטע פּראָבלעם און זאָגט צו, אַז הגם דער איראַנישער צוגאַנג צו דער אויסערן־פּאָליטיק וועט נישט ווערן פֿרידלעכער, דאַרף מען מער נישט זאָרגן וועגן דער מעגלעכער נוקלעאַרער סכּנה.
ס׳איז אויך כּדאַי צו באַמערקן, אַז הגם טשעמבערלען האָט נאַיִוו געטראַכט, אַז דײַטשלאַנד וועט זיך באַנוגענען מיט זײַן אָפּמאַך, איז ער נישט געבליבן שטיל, ווען היטלער האָט פֿאַרכאַפּט פּוילן. אַדרבה, טשעמבערלען האָט קלאָר פֿאַרשטאַנען, אַז ער האָט געמאַכט אַ טעות, אַרײַנגעצויגן ענגלאַנד אין דער צווייטער וועלט־מלחמה און רעזיגנירט, כּדי טשערטשיל זאָל פֿאַרנעמען זײַן אָרט און שאַפֿן אַ שטאַרקערע פֿאַראייניקטע רעגירונג. בעת דער מלחמה, האָט טשעמבערלען געדינט ווי אַ מיטגליד פֿונעם קריגס־קאַבינעט. בעת זײַן רעזיגנאַציע, איז ער אויפֿגעטראָטן מיט אַ פֿלאַמענדיקער רעדע און צוגעזאָגט „צו אַנטוואָפֿענען און אַראָפּוואַרפֿן‟ די נאַציסטישע „ווילדע חיה‟.
די צוקונפֿטיקע געשיכטע קאָן ווײַזן, אַז אָבאַמאַס אָפּמאַך מיט איראַן איז טאַקע געווען אַ דערפֿאָלג. וואָס וועט אָבער געשען, אויב די איראַנישע פּאָליטיקער וועלן אויסנוצן דעם דיפּלאָמאַטישן און עקאָנאָמישן רווח פֿונעם נײַעם הסכּם, כּדי צו אַטאַקירן די שכנישע לענדער? ס׳איז גאָר נישט קלאָר, צי די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע וועט אין אַזאַ פֿאַל זיך אַרײַנמישן אינעם קאָנפֿליקט. עס ווילט זיך האָפֿן, אַז אויב אין דער וועלט וועט זיך שאַפֿן אַזאַ סיטואַציע, וועט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט דווקא נאָכפֿאָלגן דעם מוסטער פֿון טשערטשיל אָדער, לכל־הפּחות, טשעמבערלען.
עמי עדן איז דער הויפּט־פֿאַרוואַלטער און רעדאַקטאָר פֿון ייִט״אַ
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.