טאָגבוך פֿון דער „העליקס”־עקספּעדיציע: צװײטער טײל

Journal from the Helix Project: Part Two

די גרופּע לערנט זיך אױס װי צו קאָכן טראַדיציאָנעלע װײַסרוסישע מאכלים אין מינסק
די גרופּע לערנט זיך אױס װי צו קאָכן טראַדיציאָנעלע װײַסרוסישע מאכלים אין מינסק

פֿון איציק בלימאַן

Published July 19, 2015, issue of August 07, 2015.

דאָס איז די צװײטע ליװערונג אין דער סעריע באַריכטן און פֿילמען װעגן דער „העליקס”־נסיעה איבער דער ייִדישער ליטע. דעם ערשטן באַריכט און פֿילם קען מען זען דאָ.


דעם 10טן יולי זענען אָנגעקומען אין מינסק די סטודענטן און קינסטלערס, װאָס באַטײליקן זיך אינעם הײַיאָריקן „העליקס”־פּראָיעקט. דער הײַנטיקער באַריכט װעט באַהאַנדלען די ערשטע פֿינעף טעג פֿון דער נסיעה אין אױסלאַנד, װען די גרופּע איז אַרומגעפֿאָרן איבער מינסקער גובערניע אױפֿן װעג קײן מאָליעװ. אינעם פֿילם דערמאָן איך עטלעכע הױכפּונקטן פֿון אונדזער טור. אין דעם קורצן באַריכט גיב איך זיך אָפּ, כאָטש בקיצור, מיטן אַקאַדעמישן אינהאַלט פֿון דער פּראָגראַם.

דער צוגאַנג פֿון דער נסיעה איז אונטערצושטרײַכן דאָס ייִדישע לעבן אין מיזרח־אײראָפּע, װאָס האָט געבליט אין משך פֿון יאָרהונדערטער. דעריבער האָבן די אָנפֿירערס פֿון דער נסיעה צוגעגרײט אַ ריזיקע כרעסטאָמאַטיע פֿון דרײַ בענד, פֿול מיט פּראָזע און פּאָעזיע װעגן דער קולטור און געשיכטע פֿון דעם שטח, װאָס מיר באַזוכן.

מיר פּרוּװן געפֿינען די ערטער, װאָס זענען געװען װיכטיקע צענטערס פֿונעם לעבעדיקן פֿאָלק — די גאַסן, װוּ עס האָבן געװױנט באַרימטע ייִדישע שרײַבערס; פֿאַבריקן, װוּ עס האָבן געאַרבעט דורות ייִדישע אַרבעטערס, און אַזױ װײַטער. דערצו ברענגען מיר מיט מיט זיך דרײַ לידערביכלעך: אײנס מיט ייִדישע לידער, װאָס דערמאָנען פֿאַרשײדענע שטריכן פֿונעם ייִדישן לעבן־שטײגער, דאָס צװײטע מיט ייִדישע לידער פֿון דער אַרבעטער־באַװעגונג ,און דאָס דריטע מיט די װײַסרוסישע פֿאָלקסלידער. דאָס זינגען און פֿאָרלײענען ייִדישע װערק שפּילט אַ צענטראַלע ראָלע אין דער פּראָגראַם. למשל, אין באַברױסק האָבן מיר זיך אַװעקגעזעצט לעבן דער גימנאַזיע, װוּ רחל קאַצענעלסאָן האָט זיך אַ מאָל געלערנט. דאָרטן האָבן מיר געלײענט אירן אַן עסײ װעגן דער שפּראַכן־פּאָליטיק צװישן ייִדיש און העברעיִש.

אין סמאַרגאָן האָבן מיר גערעדט װעגן דעם פּאָעט משה קולבאַק, װאָס איז דאָרט געבױרן געװאָרן אין 1896. סמאַרגאָן איז באַקאַנט אין דער ייִדישער און נישט־ייִדישער געשיכטע פֿאַר די „סמאַרגאָנער בערן־טרײַבערס“, װאָס האָבן געאַרבעט אין דער דאָרטיקער בערן־אַקאַדעמיע. (בערן פֿיגורירן עד־היום אױפֿן שטאָטישן הערב.) אין סמאַרגאָן האָבן מיר געפֿונען אַ גרוב, װוּ מע פֿלעג האַלטן די בערן אין שטײַגן, און אַרױסגענומען פֿון די לײען־מאַטעריאַלן קולבאַקס ליד „עשׂרה־דבריא”.

דורך הילכערס האָבן מיר געהערט װי פּראָפֿ׳ בנימין האַרשאַװ ע״ה לײענט פֿאָר דאָס ליד, און דערנאָך האָט די גרופּע אַנאַליזירט זײַנע ראָמאַנטישע מאָטיװן, מעטרישע סטרוקטור און קולטורעל־היסטאָרישע פֿאַררופֿן. װי אַ סטודענט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, װאָס כ׳האָב פֿריִער געלײענט דאָס ליד נאָר אין אַמעריקע, האָב איך צום ערשטן מאָל, אױפֿן אָרט אין סמאַרגאָן, באמת געקענט אָפּשאַצן קולבאַקס װערטער: איך האָב זיך געקענט אױסמאָלן, װי די שטאָט האָט דעמאָלט אױסגעזען, װי מע האָט געטאַנצט מיט בערן, פֿאַרשלאָסן אין קײטן, װי די שטערן פֿינקלען בײַ נאַכט. איך האָב געפּרוּװט דערהערן די קלאַנגען פֿון די בערן און זײערע ייִדיש־רעדנדיקע טרײַבערס. דאָרטן, רעדנדיק װעגן דעם ליד מיט קינסטלערס און אַנדערע סטודענטן פֿון ייִדיש, האָב איך טאַקע פֿאַרשטאַנען די װערט פֿון דעם צוגאַנג צו דערציִונג בײַ דער אָרגאַניזאַציע „ייִדישקײט”.