מיט פֿיר יאָר צוריק האָב איך געמאַכט עטלעכע פֿאָטאָס פֿון „באַבי־יאָר‟ — אַזוי האָבן נאָך אין יאָר 1981 אָנגערופֿן די היגע כּלל־טוער אַ פּלעצל אין דער געגנט פֿון ברײַטאָן־ביטש, גאָר ניט ווײַט פֿונעם בנין, וווּ איך וווין אין ניו־יאָרק. (זען www.nycgovparks.org/parks/babi-yar-triangle/history) אין דעם „באַבי־יאַר‟ שפּילן זיך קינדער, פֿאַר זיי זײַנען דאָרטן אויפֿגעבויט פֿאַרשיידענע קאָנסטרוקציעס. און עס זיצן דאָרטן כּסדר עלטערע רוסיש־רעדנדיקע אַמעריקאַנער און שפּילן אין דאָמינאָ.
ווען איך האָב געמאַכט די פֿאָטאָס (איך האָב זיי געוויזן דערנאָך בעת אַ סימפּאָזיום וועגן דער הריגה אין דעם קיִעווער באַבי־יאַר אין סעפּטעמבער 1941), האָט זיך פֿון דעם דאָמינאָ־שפּילן אָפּגעריסן אַ ייִד, מיט וועלכן איך בין באַקאַנט. ער איז צוגעגאַנגען צו מיר און האָט געפֿרעגט, פֿאַר וואָס האָט מיך פֿאַראינטערעסירט דווקא דאָס אָרט. האָב איך אים דערציילט וועגן דעם סימפּאָזיום, און דאָס האָט דעם ייִדן שטאַרק פֿאַרחידושט. ער און זײַנע דאָמינאָ־שותּפֿים האָבן דאָס שילדן Babi Yar קיין מאָל ניט אַסאָציִיִרט מיטן קיִעווער באַבי־יאַר. זיי זײַנען זיכער געווען, אַז דאָס מיינט דאָס זעלבע ווי Baby Yard.
חורבן־מעמאָריאַלן פֿון אַזאַ מין זײַנען צעוואָרפֿן איבער גאַנץ אַמעריקע. אין דער זעלבער געגנט, וווּ עס געפֿינט זיך דער „באַבי־יאַר‟, איז אויך דאָ אַ סטיליזירטער בית־עולם, מיט כּמו־מצבֿות — אין אָנדענק פֿון די ערטער אין מיזרח־אייראָפּע, וווּ מע האָט אומגעבראַכט ייִדן. פֿון מאָל צו מאָל פֿירט מען דאָרטן דורך געהעריקע אונטערנעמונגען, אָבער אַנדערש איז עס אַ טייל פֿון דער שטאָטישער לאַנדשאַפֿט. מענטשן גייען פֿאַרבײַ אָדער זיצן דאָרטן, און פֿאַר קינדער איז עס אויך אַן אָרט, וווּ מע קען זיך שפּילן.
מיר איז שווער אָפּצושאַצן די עפֿעקטיווקייט פֿון אַזעלכע מעמאָריאַלן. בײַ מיר רופֿן זיי ניט אַרויס קיין שום האַרץ־ציטערניש. אפֿשר פֿירן זיך אויף אַנדערש די הערצער בײַ מענטשן, וואָס זײַנען מער סענסיטיוו ווי איך, אָבער איך האָב עס פֿון קיינעם ניט געהערט.
גאָר אַנדערע געפֿילן רופֿן בײַ מיר אַרויס די מעמאָריאַלן, זאָל זײַן זייער באַשיידענע, וואָס שטייען ניט טויזנטער מײַל פֿון די ערטער, וווּ דער חורבן איז טאַקע געשען. מיט אַלע גוטע כּוונות, קענען ניט די קאָנסטרוקציעס און שילדן, אויפֿגעשטעלט ערגעץ אין ווײַטע מקומות, האָבן דעם זעלבן פּסיכאָלאָגישן עפֿעקט, ווי אַ שטיין צי אַן אויפֿשריפֿט אין דעם אמתן פּלאַץ, אויף דעם אמתן קבֿר.
קיין חידוש ניט, אַז יאָר־אײַן יאָר־אויס פֿאָרן טויזנטער ייִדן צו זען דעם „אמת‟. קיין סטאַטיסטיק וואָס זאָל באַשרײַבן די לײַט, וועלכע באַזוכן די געוועזענע קאָנצענטראַציע־לאַגערן און די ברידער־קבֿרים איז מיר ניט באַקאַנט. אָבער איך גלייב, אַז יונגע מענטשן דאָמינירן צווישן זיי. אַ סך פֿון זיי קומען אין אָרגאַניזירטע גרופּעס; דאָס איז אַ טייל פֿון זייער ייִדישער דערציִונג. באַזונדערס אָפֿט פֿאָרט מען, פֿאַרשטייט זיך, קיין פּוילן. וואַרשע איז אַ וויכטיקער אַדרעס אין אַזעלכע רײַזעס, ווײַל וואַרשע סימבאָליזירט ניט בלויז דעם אומקום, נאָר אויך די גבֿורה, דעם ווידערשטאַנד.
מיט עטלעכע טעג צוריק האָב איך געעפֿנט דאָס „פּנים־בוך‟ — איך מיין דעם „פֿייסבוק‟ — און דערזען דאָרטן אַ פֿאָטאָ פֿון אַ גרופּע יונגע לײַט, זומערדיק געקליידעט, דאָס הייסט, מער נאַקעט ווי אָנגעטאָן, מיט פֿריילעכע שמייכלען. הקיצור, אַ גרופּע גליקלעכע טוריסטן. און דאָס אַלץ איז אויפֿן הינטערגרונט פֿון נתן ראַפּאָפּאָרטס דענקמאָל, געשטעלט אין יאָר 1948, ווען אַרום אים זײַנען נאָך געווען חורבֿות פֿון דער געטאָ. דעם פֿאָטאָ האָט אַרויסגעשטעלט, ווי איך פֿאַרשטיי, דער אָנפֿירער פֿון דער דאָזיקער גרופּע.
דאָס „פּנים־בוך‟ איז אַן אָפֿענער פֿאָרום. האָב איך זיך ניט אײַנגעהאַלטן און גלײַך אָנגעשריבן, אַז לויט מײַן מיינונג, איז עס ניט דער ריכטיקער הינטערגרונט פֿאַר אַזעלכע פֿאָטאָס. האָט מיר דער מענטש, וואָס האָט עס געהאַט אַרויסגעשטעלט, תּיכּף אָפּגעענטפֿערט, אַז איך בין ניט גערעכט און אַז „פֿון דער זײַט‟ פֿון דעם מאָנומענט קען מען אַזעלכע פֿאָטאָס יאָ מאַכן. דאָס איז, לאָזט זיך אויס, די זײַט, וווּ מע מערקט אָפּ די גבֿורה און דעריבער איז ניט אָסור צו זײַן פֿריילעך.
איך מיין, אָבער, אַז די אמתע סיבה איז גאָר אַן אַנדערע. די סוראָגאַט־מעמאָריאַלן, וואָס זײַנען מיט זייער גוטע כּוונות צעשטעלט געוואָרן איבער גאַנץ אַמעריקע, האָבן געביטן די באַציִונג צו אַזעלכע ערטער. די באַציִונג איז געוואָרן, אין אַ געוויסן זין, אַ האָליוווּדישע — אין דעם נוסח פֿון די לעצטע סצענעס אין שפּילבערגס „שינדלערס ליסטע‟. אַזוי, יעדנפֿאַלס, דאַכט זיך מיר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.