„די וועלט איז נישט פּערפֿעקט, זענען אָפּמאַכן במילא אויך נישט פּערפֿעקט,‟ זאָגט עמי איילון, אַ געוועזענער דירעקטאָר פֿונעם ישׂראלדיקן זיכערהייט־דינסט „שין בית‟. „שוין אָפּגערעדט, אַז אַזוי איז אויך מיטן מיטעלן מיזרח.‟
נעמענדיק דאָס אַלץ אין באַטראַכט, איז דער נישט־פּערפֿעקטער נוקלעאַרער אָפּמאַך מיט איראַן „פֿאָרט די בעסטע מעגלעכקייט, פֿון ישׂראלס קוקווינקל,‟ האָט איילון מיר געזאָגט בעת אַ טעלעפֿאָן־אינטערוויו.
ס׳איז כּדאַי זיך צוצוהערן צו עיילונס רייד, ווײַל ער רעפּרעזענטירט די מיינונג פֿון אַ סך הײַנטיקע ישׂראלדיקע זיכערהייט־פֿירער. איילון איז אַ מאָל געווען אַ קאָמאַנדיר פֿון די ישׂראלדיקע ים־כּוחות, אַ קאַבינעט־מיניסטער, און שפּעטער — אַ שלום־אַקטיוויסט. ער איז אויך אָפֿט מאָל אַ מין באַראָמעטער פֿון דער ישׂראלדיקער מיינונג, ווײַל ער דריקט אויס שטעלונגען, וואָס די אַנדערע זיכערהייט־פֿירער טראַכטן אַליין, אָבער האָבן עס נאָך עפֿנטלעך נישט אַרויסגעזאָגט.
טאַקע צוליב דעם וואָס זײַן מיינונג וועגן דעם נוקלעאַרן אָפּמאַך איז אַזוי אַנדערש ווי דער צוגאַנג פֿון פּרעמיער בנימין נתניהו, דאַרף מען אים אויסהערן.
איילון זאָרגט זיך יאָ וועגן דעם אָפּמאַך, אָבער נישט צוליב דער אומקלאָרקייט וועגן די אינספּעקציעס („דאָס איז גיכער אַ פּראָבלעם פֿאַר די אויסשפּיר־אַגענטורן‟) אָדער צוליב דער מעגלעכקייט, אַז עס שטערט איראַן צו אַנטוויקלען אַ נוקלעאַרן וואָפֿן בלויז אויף 10־15 יאָר. זײַן גרעסטע דאגה איז אַז דער אָפּמאַך וועט מסתּמא פֿאַרשטאַרקן איראַנס כּוח צו דעסטאַביליזירן דעם ראַיאָן. „איראַן ווערט באַטראַכט ווי אַ סכּנה מצד אירע שכנים צוליב איר אויפֿהעצן אומרוען, וואָס איז בכלל נישט פֿאַרבונדן מיטן נוקלעאַן ענין,‟ האָט ער געזאָגט.
דער אָפּמאַך, וואָס איראַן און די זעקס וועלט־כּוחות האָבן דערגרייכט אין ווין, פֿאַרנעמט זיך בכלל נישט מיט דעם דאָזיקן עלעמענט פֿון איראַנס שלעכטן אויפֿפֿיר. פֿאַרקערט, דורך אַנולירן די עקאָנאָמישע סאַנקציעס קעגן איראַן, און דערבײַ איבערגעבן איר אַ ריזיקע סומע מזומן, קאָן עס פֿאַרערגערן דעם מצבֿ. „אין דעם זינען, איז שווער צו פֿאַרטיידיקן דעם אָפּמאַך. ס׳איז אָבער פֿאַרשטענדלעך, ווײַל דער אָפּמאַך האָט בלויז זיך געדאַרפֿט פֿאַרנעמען מיט דער נוקלעאַרער קשיא.‟
איצט אָבער, אַז מע האָט שוין יאָ דערגרייכט אַ הסכּם וועגן דעם, דאַרף מען איצט אָנהייבן אַן ערנסטע דיסקוסיע וועגן דער פֿראַגע, ווי צו באַקעמפֿן מען דעם אויפֿשטײַג פֿונעם ראַדיקאַלן איסלאַם, האָט איילון באַמערקט.
נישט געקוקט אויף זײַן חילוקי־דעות מיט נתניהו וועגן פֿאַרשידענע זאַכן, האַלט ער, אַז נתניהו דאַרף באַקומען דעם קרעדיט פֿאַר שטעלן דעם איראַנישן נוקלעאַרן ענין אויבן אָן אין דער גלאָבאַלער טאָג־אָרדענונג. „ער האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע,‟ האָט איילון מיר געזאָגט. „די ישׂראלדיקע שטעלונג איז געווען אַ ריכטיקע, ביז מע האָט אָנגעהויבן די פֿאַרהאַנדלונגען.‟ דאָס איז געווען אין מיטן 2013.
„זינט דעם אָנהייב פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען, איז די ישׂראל־שטעלונג נישט געווען קיין געראָטענע. מיר האָבן געדאַרפֿט בלײַבן אויף אַמעריקעס צד — ערשטנס, כּדי צו זען, אַז דער אָפּמאַך זאָל זײַן דער בעסטער וואָס ס׳קאָן זײַן; און צווייטנס, צו פֿאַרזיכערן אַ צוטריט צו דער גאַנצער אויסשפּיר־אינפֿאָרמאַציע.
„דער ניוואָ פֿון צוזאַמענאַרבעט וואָס שייך דער אויסשפּיר־אינפֿאָרמאַציע, איז דער וויכטיקסטער פֿאַקטאָר אינעם אויספֿירן די תּנאים פֿונעם אָפּמאַך. מע קען נישט דערגרייכן אַזאַ שטאַפּל פֿון קאָאָפּעראַציע, אויב די פֿירער זענען נישט אין נאָענטע, פֿרײַנדלעכע באַציִונגען.
„אויב מיר זענען אַזוי זיכער, אַז מע קען נישט געטרויען די איראַנער מיט אָפּמאַכן, האָבן מיר נישט געדאַרפֿט זיך קריגן מיט דער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע, נאָר פֿאַרקערט — מיטאַרבעטן מיט די הויכע באַאַמטע אויף אַ פּלאַן, וואָס באַטאָנט די מיטלען, וואָס מיר וועלן אויסניצן, טאָמער וועט איראַן נישט פֿאָלגן די תּקנות. מיר האָבן דאָ פֿאַרפֿעלט אַ גאָלדענע געלעגנהייט אַוועקצולייגן אויפֿן טיש אַ פֿיל־מלוכישע מיליטערישע אָפּציע. אין דער איצטיקער קילער אַטמאָספֿער צווישן ישׂראל און אַמעריקע, איז עס נישט מעגלעך.‟
צווייטנס — האַלט איילון — דאַרף ישׂראל פּטור ווערן פֿון די שטרויכלונגען, וואָס שטערן צו פֿאַרבעסערן די באַציִונגען מיט די לענדער, וואָס זייערע אינטערעסן שטימען מיט די ישׂראלדיקע — נעמלעך, סאַודיע און די גאָלף־לענדער, וואָס זענען אויך דם־שׂאונים מיט איראַן. מיט אַנדערע ווערטער, זיך אומקערן צו פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער, נישט געקוקט אויף דער קעגנערשאַפֿט מצד אַ גרויסן טייל פֿון די ישׂראלדיקע ייִדן.
„כּל־זמן מיר וועלן נישט מאַכן קיין פּראָגרעס אינעם ישׂראל־פּאַלעסטינער ענין, וועלן מיר בלײַבן אַ פֿרעמדער עלעמענט אין די אויגן פֿון די סוניטישע כּוחות,‟ האָט איילון באַמערקט.
דריטנס, טענהט ער, מוז דער פּרעמיער אויפֿהערן צו פֿאַרערגערן דעם מצבֿ דורך זײַן קאַמף מיטן „ווײַסן הויז‟. „מיר דאַרפֿן באַצייכענען דעם אָפּמאַך ווי אַ געשלאָסענע זאַך, און אויפֿהערן צו מאָביליזירן דעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס קעגן דעם פּרעזידענט,‟ האָט ער געזאָגט.
„האַלט אין זינען, אַז די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז נישט דער אייציקער צד דאָ. די רוסן, כינעזער און אייראָפּעער האָבן געמאַכט אַן אָפּמאַך מיטן אַמעריקאַנער פּרעזידענט. אויב 13 אָדער 14 דעמאָקראַטישע קאָנגרעסלײַט וועלן זיך אַנטקעגנשטעלן דעם אָפּמאַך, וועט די פֿאַראייניקטע שטאַטן מער נישט האָבן קיין קול, און דער רעזולטאַט וועט זײַן — אַ גאַנצער באַלאַגאַן. אין אַזאַ פֿאַל, וועט איראַן נישט בלויז קאָנען אויסמײַדן די סאַנקציעס; די אינספּעקציעס וועלן פֿאַרלירן זייער ווערט; די איראַנישע נוקלעאַרע אַרבעט וועט אָנגיין, און מיר וועלן פֿאַרשפּילן אויף יעדן פֿראָנט.
„ווען משיח וועט קומען, וועט אַלץ זײַן וווּנדערלעך,‟ האָט איילון באַמערקט. „ביז דעמאָלט מוזן מיר זײַן פּראַקטיש.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.