דאָס לאָנדאָנער סקאַנדאַליעזע בלאַט („טאַבלאָיִד‟) „סאַן‟, וואָס פֿאַרקויפֿט טעגלעך אַריבער צוויי מיליאָן קאָפּיעס, האָט יאַקאָס באַקומען אַ צוטריט צו אַ קורצער — אין גאַנצן 17 סעקונדעס — ווידעאָ־רעקאָרדירונג, פֿילמירט אין יאָר 1933 צי 1934. די קאַדרען פֿון אים, וואָס זײַנען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת, האָבן געמאַכט אַ שטיקל סענסאַציע: זיי ווײַזן די איצטיקע בריטישע מלכּה, ווען זי מאַכט מיט דער רעכטער האַנט דעם נאַציסטישן „הײַל‟. שאָקירנדיק? אַוודאי! אָבער דאָס מיידל איז געווען דעמאָלט זעקס אָדער זיבן יאָר אַלט. ס’איז אויך גוט באַוווּסט, אַז זי האָט גאַנץ העלדיש זיך אויפֿגעפֿירט בעת דער מלחמה און, בכלל, האָט שפּעטער, אין אַ באַוווּסטזיניקן עלטער, ניט אַרויסגעוויזן קיין סימפּאַטיע צו היטלערן און זײַן אידעאָלאָגיע.
די רעדאַקטאָרן פֿון „סאַן‟ האָבן די אימאַזשן פֿון דער מלכּה פֿאַרעפֿנטלעכט מיט אַ טעקסט, וואָס זאָגט טאַקע, אַז אויפֿנעמען דאַרף מען עס אין קאָנטעקסט פֿון דער צײַט; מיט 82 יאָר צוריק, ווען מע האָט נאָך ניט געקענט וויסן וועגן די שפּעטערדיקע פֿאַרברעכנס פֿון היטלעריזם. די אימאַזשן וואָלט מען, בכלל, געקענט אינטערפּרעטירן ווי אַ שטות — קינדער לאַכן פֿון דעם נײַעם דײַטשישן פֿירער, וועלכער זעט אויס קאָמיש, מיט וואָנצעס ווי בײַ טשאַרלי טשאַפּלינען.
אָבער לעבן די מיידלעך — דער קומענדיקער מלכּה און איר שוועסטער מאַרגאַרעט — זעט מען זייער מוטער און, דער עיקר, דעם פֿעטער, עדוואַרד, וואָס זײַן נאָמען וועט, פֿון יאַנואַר ביז דעצעמבער 1936, זיך באַווײַזן מיט אַ צוגאָב — VIII. אין משך פֿון 326 טעג וועט ער זײַן דער בריטישער קעניג עדוואַרד דער אַכטער. לסוף, וועט זײַן ממשלה זיך פֿאַרענדיקן מיט אַ סקאַנדאַל: ער וועט מוזן איבערגעבן די קרוין זײַן ברודער, דעם פֿאָטער פֿון די פּלעמעניצעס זײַנע. אַגבֿ, דער ברודער (געדענקט דעם פֿילם The King’s Speech?) האָט אַ פּנים פֿילמירט די 17 סעקונדעס. ס’איז באַוווּסט, אַז ער האָט ליב געהאַט צו פֿילמירן.
עדוואַרד איז געוואָרן אויס קעניג, כּדי חתונה צו האָבן מיט דער גרושה וואָליס סימפּסאָן. ער האָט נאָך פֿריִער געהאַט אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ ווײַבערניק — אים האָט געצויגן צו חתונה־געהאַטע פֿרויען. וועגן איינעם פֿון זײַנע ראָמאַנען האָט אונדז פֿאַראַיאָרן דערמאָנט דער טעלעוויזיע־סעריאַל Downton Abbey. אין יענע יאָרן איז פֿאַר אַ בריטישן קעניג געווען פּשוט אוממעגלעך אַזאַ זאַך — צו זײַן פֿאַרבונדן מיט אַ גרושה. בפֿרט נאָך, אַז לויט זײַן סטאַטוס איז ער געווען אויך דער ראָש פֿון די אַנגקליקאַנער קריסטן, דאָס הייסט, אַז אַ רעליגיעזע טראַדיציע האָט זיך אין דעם ענין אויך אַרײַנגעמישט. די דאָזיקע געשיכטע איז ווידער אַרויסגעשוווּמען אויף דער אייבערפֿלאַך, ווען דער איצטיקער פּרינץ־יורש, טשאַרלז, האָט באַשלאָסן צו האָבן חתונה מיט קאַמילאַ, אויך אַ גרושה. אָבער אין יאָר 2005 איז דער געזעלשאַפֿטלעכער קלימאַט שוין געווען ניט דער זעלבער ווי אין די 1930ער יאָרן, און אַזאַ זיווג איז, סוף־כּל־סוף, מעגלעך געוואָרן.
אָבער לאָמיר זיך אומקערן צו טשאַרלזעס מוטער, דער מלכּה און איר פֿעטער, וועמען מיר זעען אין די קאַדרען פֿונעם אַלטן פֿילם. בעת ס’איז שווער צו האָבן טענות צו אַ מיידל, איז די מעשׂה מיט איר פֿעטער גאָר ניט קיין פּשוטע. ער און זײַן פֿרוי האָבן קיין סוד ניט געמאַכט פֿון זייערע סימפּאַטיעס צו היטלערן. אין אָקטאָבער 1937 האָבן זיי זיך מיט היטלערן געטראָפֿן. צווישן די בריטישע אַריסטאָקראַטן איז אין יענע יאָרן געווען ניט ווייניק אָנהענגער פֿון היטלערן. אַנטיסעמיטיזם — אָפֿט מאָל ווי אַ פֿאָרעם פֿון אַנטי־קאָמוניזם — איז אויך געווען שטאַרק אין דער דאָזיקער סבֿיבֿה.
די פּובליקאַציע אין „סאַן‟ האָט, בלי־ספֿק, געהאַט נאָר איין ציל, דהײַנו: אונטערצוהאַלטן דעם טיראַזש. אָבער עפּעס אַ תּוכיקן נוצן האָט עס אויך געבראַכט: עס האָט דערמאָנט דעם בריטישן עולם, און דער גאָרער וועלט, אַז אידעאָלאָגיע פֿון נאַציזם האָט געהאַט — און האָט נאָך אַלץ — אַ צוצי־קראַפֿט אין כּלערליי שיכטן פֿון דער געזעלשאַפֿט, אַרײַנגערעכט די „בלוי־בלוטיקע‟ לײַט. עס האָט אויך דערמאָנט וועגן די פֿאַרמאַכטע מאַטעריאַלן אין דעם אַרכיוו, וואָס געהערט צו דער קעניגלעכער משפּחה. די היסטאָריקער טענהן, אַז זיי האָבן ניט קיין צוטריט צו אַ סך דאָקומענטן, בפֿרט צו דער קאָרעספּאָנדענץ צווישן דער קעניגלעכער משפּחה און די נאַציס.
מיט צען יאָר צוריק האָט די משפּחה געהאַט אַן אַנדער סקאַנדאַל, פֿאַרבונדן מיט נאַצישע סימבאָלן. דעמאָלט האָט האַרי, דאָס אייניקל פֿון דער מלכּה, זיך באַוויזן אויף אַ הוליאַנקע, אָנגעטאָן אין אַ נאַציסטישער אוניפֿאָרם. קיין באַזונדערס גרויסן טראַסק האָט מען פֿון דעם פֿאַל ניט געמאַכט. האַרי איז געווען „אין גאַנצן‟ 20 יאָר אַלט און האָט געהאַט די רעפּוטאַציע פֿון אַ קליינעם חכם. ער איז אַלע מאָל פֿאַרבליבן — און בלײַבט נאָך אַלץ — אַ פֿיגור, וואָס מע זעט אין שאָטן פֿון זײַן ברודער, וויליאַם.
דער ענין אַרום דעם אַלטן פֿילם וועט זיך, זעט אויס, אין גאַנצן שטיל ניט פֿאַרענדיקן. די בריטישע מעדיאַ האָט אים אונטערגעכאַפּט. מע וויל אויסגראָבן מער מאַטעריאַלן, וואָס דערציילן וועגן דער פֿאַרבינדונג צווישן דער בריטישער „סמעטענע‟ מיט פֿאַשיזם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.