(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דקל שטייט הײַנט בראָש פֿון דער אַרמיייִשער ראַדיאָ-סטאַנציע אין ישׂראל „גלי-צה”ל‟. אין אַלגעמיין געהערט ער, ווי מע זאָגט, צום אַלטן שניט. „וווּ האָסטו געדינט אין אַרמיי?‟ איז איינע פֿון זײַנע באַליבטסטע פֿראַגעס; פֿונעם ערשטן קאַפּיטל באַקומט מען דעם רושם, אַז ער טשעפּעט זיך בפֿירוש צו זײַנע אינטערוויויִרטע ווי אַ טיפּישער ציוניסטישער נודניק: „נו, ווען קערסטו זיך אום?‟, „איר בענקט אַזוי נאָך ישׂראל, איז למאַי קומט איר נישט צוריק?‟, „אַ ניטל-בוים לא-עלינו אין דער היים?‟, וכדומה.
ווײַטער אינעם ערשטן קאַפּיטל, ווײַזט זיך אויס, אַז מע האָט אויסגעקליבן נאָר די ישׂראלים, וואָס אָט-אָט, צוליב די שטאַרקע שוועריקייטן און בענקשאַפֿטן, פּאַקן זיי שוין ווידער אײַן די וואַליזקעס און קערן זיך צוריק אום אין הייליקן לאַנד. אָדער אַזעלכע, וואָס אַפֿילו נאָך יאָרן פֿון וווינען ערגעץ אַנדערש, אָטעמען מיט אַלע אבֿרים מיט „ארץ ישׂראל‟. אַ סך פֿון דער דערהײַנטיקטער אינפֿאָרמאַציע וועגן זיי צום סוף, דערציילט טאַקע דעם נאַראַטיוו פֿון „צוריקקער‟.
צוריק גערעדט, וואָס קען מען דערוואַרטן פֿון אַ סעריע, וועלכע איז געשאַפֿן געוואָרן בשותּפֿות מיט דער „משׂרד עליה וקליטה‟ (דעם ישׂראל-מיניסטעריום פֿאַר אימיגראַציע און אַבסאָרבירונג)? ווי עס ווערט אָנגעוויזן אין די קרעדיטן פֿון יעדן קאַפּיטל.
אין די ווײַטערדיקע קאַפּיטלען (כ’האָב געזען די ערשטע פֿיר), ווערט דער נאַראַטיוו שוין (כאָטש אַ ביסל) מער קאָמפּליצירט. מע דערוויסט זיך וועגן די ישׂראלים, וועלכע בענקען ווייניקער נאָך ישׂראל; וועלכע זענען גאַנץ צופֿרידן פֿון זייער לעבן אין צפֿון-אַמעריקע, וווּ זייערע שאַנסן זיך אַרויפֿצואַרבעטן זענען גרעסער. מע הערט די ישׂראלים, וואָס זענען פֿרײַ פֿון כּל-מיני ראָמאַנטישע פֿאַנטאַזיעס וועגן דעם ישׂראל־כאַראַקטער, וכדומה. מע הערט אויך אויס אַ ביסל פּאָליטיק פֿון רעכטס (ישׂראל איז נישט גענוג קאַפּיטאַליסטיש; ישׂראל האָט ניט געדאַרפֿט פֿאַרלאָזן עזה), און פֿון לינקס (קיין שלום, קיין סאָציאַלע גלײַכהייט). הגם דקל אידענטיפֿיצירט זיך מער מיט די טענות פֿון רעכטס, וואָלט עס זיכער געווען אינטערעסאַנט צו הערן מער וועגן דעם סאָרט דילעמעס.
נישט געקוקט אויף די אַלע חסרונות און מעלות, איז כּדאַי צו זען „Da Izraeliz‟, בפֿרט פֿאַר די וואָס אינטערעסירן זיך מיט דער טעמע. אָט דאָ קען מען זען דעם ערשטן קאַפּיטל (פֿון סך-כּל פֿינעף) פֿון דער סעריע:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.