טשייז קלאַרק, אַ פּראָפֿעסיאָנעלער לאַקראָס־שפּילער, האָט מיר געזאָגט, אַז כּדי זיך צוגעוווינען צום ישׂראלדיקן לעבנס־שטייגער, מוז מען פֿאַרשטיין דרײַ זאַכן: יעדער טראַכט, אַז זייער צײַט איז וויכטיקער, ווי דײַנע; ווען מע גייט אַריבער די גאַס, מוז מען געדענקען וועגן די משוגע־ווילדע שאָפֿערן; ווען דו קענסט פֿאַרווײַלן, נוצט אויס די געלעגנהייט.
מיט אַ וואָך צוריק, דעם 13טן יולי, האָט קלאַרק באַשלאָסן אַוועקצופֿאָרן פֿון קאָלאָראַדאָ קיין ישׂראל. פֿריִער איז ער קיינמאָל נישט געווען אינעם לאַנד. דער 25־יאָריקער ספּאָרטלער האָפֿט זיך צו באַטייליקן אין דער נאַציאָנאַלער ישׂראלדיקער לאַקראָס־קאָמאַנדע. אויף זײַן פֿוס טראָגט ער אַ טאַטויִרטן בלוי־געלן מגן־דוד. שמועסנדיק מיט דער ייִט״אַ, האָט ער דערקלערט, אַז ער האָט אימיגרירט קיין ישׂראל, ווײַל ער האָט געוואָלט זיך בעסער באַקענען מיט ייִדישקייט.
במשך פֿון דרײַ יאָר, האָט קלאַרק געשפּילט אין דער אַמעריקאַנער נאַציאָנאַלער לאַקראָס־ליגע. פֿריִער האָט ער געוווינט אין אויסטראַליע, קאַדאַדע און טשעכײַ. הגם ער האָפֿט ממשיך צו זײַן די ספּאָרט־קאַריערע, האָט ער באַמערקט, אַז ער ווערט שוין צו אַלט. אין זײַנע 20ער, האָט ער שוין פֿאַרלוירן אַלע ציין און געליטן אַ סך מאָל פֿון צעבראָכענע ביינער און צעקלאַפּטע פּלייצעס. אין דער צוקונפֿט, האָפֿט ער צו עפֿענען אין ישׂראל אַ ספּעציעלע קראָם פֿאַר לאַקראָס־שפּילער.
אינעם זעלבן טאָג, דעם 13טן יולי, איז אינעם תּל־אָבֿיבֿער „בן־גוריון‟־פֿליפֿעלד אָנגעקומען אַ גאַנצע גרופּע פֿון 221 צפֿון־אַמעריקאַנער און בריטישע עולים. די נסיעה איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דער אָרגאַניזאַציע „נפֿש בנפֿש‟, וועלכע איז געגרינדעט געוואָרן אין 2002 און באַקומט שטיצע פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג, דעם „סוכנות‟ און פּריוואַטע מנדבֿים. טאָני געלבאַרט, דער מיטגרינדער פֿון „נפֿש בנפֿש‟, האָט דערקלערט, אַז די אַמעריקאַנער ייִדן, וואָס פֿאָרן אַוועק קיין ישׂראל, טוען עס צוליב אייגענע איבערצײַגונגען, אין פֿאַרגלײַך מיט אייראָפּע, וווּ נישט ווייניק ייִדן עמיגרירן צוליב די זאָרגן וועגן אַנטיסעמיטיזם.
ס׳רובֿ פּאַסאַזשירן, פֿון 4 חדשים ביז 90 יאָר, זענען אָנגעקומען פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע. די ערשטע באַגריסונג־צערעמאָניע איז שוין פֿאָרגעקומען אינעם ניו־יאָרקער עראָפּאָרט אויפֿן נאָמען פֿון דזשאָן קענעדי. אויפֿן צווייטן טאָג נאָכן לאַנדן, דינסטיק, האָבן הונדערטער שטיצער און אַ צאָל ישׂראלדיקע פּאָליטיקער, אַרײַנגערעכנט אורן חזן פֿון „ליכּוד‟ און רחל עזריה פֿון דער פּאַרטיי „כּולני‟, באַגריסט די נײַע עולים. די דערמאָנטע 90־יאָריקע פּאַסאַזשירקע, סו־טײַלער פֿרידמאַן, איז עזריהס באָבע.
בעת דער צערעמאָניע אינעם ניו־יאָרקער פֿליפֿעלד, האָט ראָן פּראָזאָר, דער ישׂראלדיקער שליח בײַ דער „יו־ען‟, געמאָלדן, אַז די דאָזיקע נסיעה איז „אַן ענטפֿער צו אַנטיסעמיטיזם‟ און צו די אַנטי־ישׂראלדיקע בויקאָטן.
די 35־יאָריקע טרייסי ביווערס, אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער ייִדישע פֿרוי פֿון קאָלאָמבוס, שטאַט אָהײַאָ, האָט באַזוכט ישׂראל מיט דרײַ יאָר צוריק, באַשלאָסן צו בלײַבן, און האָט איבערצײַגט איר מאַן און קרובֿים צו קויפֿן אַ שטח ערד אינעם צפֿונדיקן טייל פֿונעם לאַנד, און זיך באַזעצן דאָרטן אויף שטענדיק.
בסך־הכּל, זענען אינעם עראָפּלאַן אָנגעקומען 32 משפּחות מיט 95 קינדער. 12 פֿון די 53 דערוואַקסענע נײַע עולים קלײַבן זיך אין גיכן גיין דינען אין דער ישׂראלדיקער אַרמיי. איינער פֿון זיי, עליאָט־יוסף, איז אַ 29־יאָריקער געוועזענער אַמעריקאַנער מיליטער־מאַן, וועלכער האָט נישט געוואָלט אויסזאָגן זײַן פֿאַמיליע־נאָמען צוליב זײַן פֿריִערדיקער מיליטערישער קאַריערע, האָט באַשלאָסן זיך אָנצושליסן פֿרײַוויליק אין צה״ל. עליאָט־יוסף האָט איבערגעגעבן, אַז ער האָט אַמאָל באַזוכט ישׂראל, ווען ער האָט זיך געהיילט פֿון אַ וווּנד, וואָס ער האָט באַקומען אין אַפֿגאַניסטאַן, און פֿילט זינט דעמאָלט אַ פּערזענלעכע פֿאַרבינדונג מיטן לאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.